387
הכלל בכלל והרבנים בפרט דאַרפן שטענדיג רעכנען זיך מיט דעם וואָס מען האָט ניט דערטאָן און בפרט אַז מען לאָזט אַ מקום לטעות.
הרי"מ: כי הוא מפחד תמיד אם ממלא תפקידו במילואו, כי על שאלתו את גדולי התורה, וגם באסיפת הרבנים היום חפצו לשמוע דבר מוחלט ואין שומע, ובכן שואל.
כ"ק אדמו"ר שליט"א: איך בין דעם טאַטענס אַ מודרך. דער טאַטע איז אין אַלע עניני הכלל געווען אַ דייקן און איז געשטאַנען קרוב צו 40 יאָר אין אַ תנועה פון מסירת נפש בפועל אויף ניט מוותר זיין כקוצו של יוד. און האָט געזאָגט: זאָל זיין אפילו אַ מיעוט, אָבער אַ הונדערט פראָצענטיקער.
אין בית הכנסת און בית המדרש קומען אַלע אידן גלייך, אַלע פרומע אידן וואָס קומען מתפלל זיין בלא פלוג פון דעם איד וואָס האָט זיין אָרט אין דער מערב שורה צי דרום און צפון שורה איז אַ טייערער געשמאַקער מסירת נפש איד. אַז ער זאָגט שמע ישראל, איז אפילו ניט וויסענדיק אַזויפיל ווי דער מזרח איד, זאָגט ער דאָך שמע ישראל פון תוכיות ופנימיות, עס נעמט אים דורך אינגאַנצען. אָבער דער מערב איד קוקט אויף דעם מזרח איד, איז די וואָס האַלטן זיך פאַר מזרח אידן דאַרפן וויסן אַז מען קוקט אויף זיי.
עס פעלט, אָבער על כל פנים איז שוואַך דער קלאַפּ אין טיש: יהי כן!
הרי"מ לוחץ בחזקה ידי כ"ק שליט"א, מתוך שביעת רצון כל מה ששמע. וכקא"ש מברכו: פאָרט געזונט און קומט געזונט און דער מסירת נפש אייערער זאָל מצליח זיין.
גיט איבער אַ גרוס אַלע אידן און בעט זיי אַז זיי דאָרט, אין ארץ ישראל ת"ו, און מיר אַלע אין די גלות לענדער זאָלין אויספּועל'ן אַז השי"ת זאָל בקרוב ממש שיקן צו זיי און צו אונז משיח צדקנו אַז ער זאָל אונז אַלע אידן בריינגען די גאולה האמיתית והשלימה, אַרויסנעמען אַלע אידין פון שעבוד גלות און בריינגען אין ארץ הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו, אמן.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.