381
האָט זיך אויך משתדל געווען אויף אַ ארץ ישראל אתרוג13.
די משקה וואָס דו האָסט מיר געבריינגט האָב איך ניט געטרונקען. עס האָבן עס אפילו געמאַכט אידן, אָבער איך ווייס ניט ווי זיי האַלטן אין שמירת התורה ומצות מעשיות, זיי זיינען אפשר ניט מחלל שבת בפרהסיא, אָבער ווי זיינען זיי בכלל. מילא די קאָפּ מיט דער האַרץ איז פאַרבונדן מיט די רצועות, די האַנט איז דאָך יד כהה, אָבער די נעגעל פון די פינגער און אונטער די נעגעל.
מיר ווייסן ניט קיין קונצן, מיר זיינען שו"ע אידן. איך זאָג עס דיר מיט אַ כוונה, אַז דו זאָלסט עס איבערגעבן, אַז דאָס זאָל ווערן מתוקן; דו קענסט דאָך זאָגן מה אני, מה אני איז טאַקע אַ ענין, אָבער מ'דאַרף עס איבערגעבן אַז די זאַך זאָל ווערן מתוקן.
ח. איך וועל אייך זאָגן אַ וואָרט וואָס עס זאָל נקלט ווערן ביי אייך אין האַרצען. אין חסידות ווערט ערקלערט וואָס איז שלמה המלך, שלמה המלך האָט דערגרייכט דעם מרחב העצמי פון עצמות א"ס.
שלמה המלך האָט עם דער מאמר הוי' מזכה געווען צו בויען דעם בית המקדש, און האָט געזאָגט אויף דעם השכיל14, השכיל מיינט אַז ער האָט מכוון געווען די כוונה האמיתית פון בנין הבית.
אַז ער האָט געענדיגט בויען האָט ער כורע געווען15. חסידים ווייסן וואָס הייסט כריעה, די כריעה איז געווען ניץ — אין דעם לשון האָב איך מקבל געווען.
שלמה המלך האָט גערופן דעם בית המקדש בית זבול16, זבול איז בגימטריא מה17, מה איז גילוי, דאָס הייסט אַז אין בית המקדש איז געווען גילוי העצמות צו אַלעמען. חלוקים זיינען געווען מצד המקבלים לפי ערכם, אָבער דער גילוי העצמות איז געווען פאַר אַלעמען.
שמע"צ און שמח"ת איז דער גילוי פון עצמות, אַזוי ווי מ'האָט גערעדט18 דעם הפרש פון שמע"צ און שמח"ת ביז שאר המועדים, וואָס ביי שאר המועדים איז דער קריאת שם החג שפּעטער און ביי שמע"צ זאָגט מען שמיני עצרת החג הזה, אַז דער גילוי העצמות פון דעם חג זאָל זיין הזה, זאָל מאיר זיין בגילוי אַ גאַנץ יאָהר.
דער אויבערשטער זאָל געבען עס זאָל זיין התגלות העצמות למטה פאַר אַלעמען.
ט. הסעודה נמשכה עד שעה מאוחרת במוצאי יו"ט — (ישבו להסעודה קודם שעה 5 וברכו ברהמ"ז בשעה 9) — כשראו שכבר נמשך הרבה נכנס א' מב"ב בבקשה שיפסיק, ואמר: הנחת עצמותו מיינט ניט זיך מבטל זיין נאָר יענעם מחבב זיין.
י. סיים בברכה: דער אויבערשטער זאָל געבן אַ געזונטן ווינטער, אין תורה ועבודה ויר"ש, און הצלחה בגו"ר19.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.