380

מיר האָבן אַ ברכה אַז די בעה"ב זאָלן נאָךגיין די רבנים, ניט פאַרקערט חלילה. זיי דאַרפן זעהען אַז אין די שולן זאָל מען לערנען. די רבנים דאַרפן ניט זיין אונטערגעוואָרפען אונטער די דעה פון די בע"ב. חסיד'ישע רבנים דאַרפן לאָזן הערן דעם וואָרט.

בעלי בתים דאַרפן וויסן אַ דין. מען איז יוצא, מען דאַוונט תפלה בציבור; דאָס איז טאַקע אַ גרויסע זאַך, אידן זיינען אין דעם אָפּגעהיט אפילו אין די קליינע טעג, אַ איד איז אַ זאקאוונער, ער שטייט אויף פאַרטאָג, און ווען עס פאַרברעכט אויפן טאָג האַלט ער שוין ברוך שאמר, ער וועט ניט גיין אין ביזנעס, די ווייב זאָל עפענען די ביזנעס די קינדער זאָלען עפענען, ער וועט ניט עסען ביז ער וועט דאַוונען, אָבער מיט דעם איז מען ניט יוצא.

דער בעלהבית דאַרף אַ היים קומען פון שוהל אַ פולער, אמלא'דיקער, מען דאַרף לערנען שו"ע, קיצור שו"ע, עיןיעקב, אַז ער קומט אַ היים זאָל ער מיטבריינגען מיט זיך אַ וואָרט.

אַ צוויי דריי מאָל אַ וואָך לערנען אַ וואָרט חסידות פון אַ שיחה אָדער אַ לייכטן מאמר.

איך בין ניט קיין שעמעוודיקער, איך וועל בל"נ דאָס מאַכן פאַר אַ חיוב, און מאָנען ביי יעדער חסידישע שוהל, אַז אין יעדער שוהל זאָל זיין אַ קביעות אויף לערנען.

ו. דער ענין איז מיר זייער מצער, עס מאַכט מיר זייער איינג, דאָס וואָס די חסיד'ישע רבנים שאַצן ניט אָפּ די כחות פון די בעליבתים, זיי קוקען אויף די בע"ב ווי זיי זיינען בחיצוניות (באָרד, לבושים), און וויבאַלד זיי זיינען ניט אַזוי ווי זייערע טאַטעס, אַזוי ווי זייערע זיידעס, קוקען זיי אויף די בע"ב מיט ביטול.

באמת האָט יעדער אַ סך כחות, אדרבה, מען דאַרף צו איהם ריידן מיט גוטן און מיט קירוב, דו האָסט געהאַט אַ טאַטן, דו האָסט געהאַט אַ זיידן, דאָס איז אַ שרש וואָס ווערט ניט אָפּגעדאַרט, דער שרש איז דאָ, נאָר מ'דאַרף איהם מעורר זיין, נאָר אַלעס דאַרף מען טאָן בדעת ובחכמה, און יעמאָלט וועט דערפון זיין פירות.

ז. (כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר לרפ. א.:) די משקה וואָס דו האָסט מיר געבראַכט אַ מתנה פון אה"ק איז ביי מיר זייער טייער, אַ איד בכלל, אַ ארץישראלאיד בפרט, און דער וואָס שטאַמט מגזע החסידים בפרטי פרטיות וואָס זיין זיידע איז געפאָרן צום אַלטן רבי'ן איז ביי מיר זייער טייער.

עס איז ידוע אַז דער אַלטער רבי האָט מחבב געווען ארץ ישראל, אויך אַ פרי פון ארץ ישראל, אפילו ביי אתרוג זיינען די ארץישראל'דיקע חשוב, נאָר ער האָט געזאָגט אַז מטעם הידוע לו בענטשט מען אויף אַ קאַלאַברער.

ווען דער אויבערשטער האָט געזאָגט ולקחתם לכם10, האָט מען גענומען שלוחים זיי אַרויפגעזעצט אויף אַ ענן, און זיי האָבן געבריינגט אתרוגים פון קאַלאַברע11.

אפילו אין די ימי המהפכה רח"ל, וואָס עס איז געווען שווער צו באַקומען אַ אתרוג, האָט מען געלייגט גרויס השתדלות אויף אַ קאַלאַברער12, און מען

הערות

  1. 10. אמור כג, מ.
  2. 11. ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 141 ובהערה 28. וש"נ.
  3. 12. ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ס"ע סב ואילך. ס"ע שנג ואילך. אגרות-קודש ח"ח ע' תט ואילך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.