379

איז פאַראַן ספּעציעלע מחנות וואָס רופן זיך די קוילעןווארפער, די באָמבע וואַרפער, זייער גאַנצע אַרבייט איז צו וואַרפן באָמבעס. עס איז דאָ קליינע באָמבעס און גרויסע באָמבעס, אין אַרסענאַל איז דאָ אַלע מינים באָמבעס, עס איז דאָ באָמבעס וואָס מען וואַרפט מיטן האַנט, באָמבעס וואָס מען וואַרפט מיט אַ ביקס און באָמבעס וואָס מען וואַרפט מיט אַ מאַשין, מיט אַ הארמאט.

דער סאָלדאַט גייט אַרומגעגאַרטלט מיט באָמבעס — והראה בידיו הק' חגור סביב, אַ לענטע אין די זייט — והראה באלכסון בימין, אַ לענטע אין די זייט — והראה באלכסון בשמאל.

דער סאָלדאַט טוט וואָס מען הייסט איהם. ער גייט מיט מסירת נפש, און ווייסט אויב אַ קליינע קויל זאָל אויפרייסען קען ער אַליין צוריסען ווערען.

דער סאָלדאַט האָט קיין קאָפּ ניט, מ'האָט אַמאָל געזאָגט, אַז אַ סאָלדאַט האָט בלויז אַ קאָפּ אויף וואָס ער זאָל טראָגן דעם פּאַס פון דעם ביקס, און דער אָהןקאָפּ גייט אויף מסירת נפש מיט שמחה.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט יעמאָלט דערציילט, אַז ער איז אַמאָל געווען אין פּעטערבורג, און געזעהען דעם אָרט וואו די סאָלדאַטן גייען אַרויס אויף מאַנעוורעס. ער איז דאַן געשטאַנען אַ גאַנצע שעה און זיך צוגעקוקט.

דאָס ערשטע גייט אַרויס אַ אָפיציר, ער ברענט ווי פייער, פניו להבים, מיט די אויגן קען ער אויסשמאָטשקען אַ "פאניע" אַזוי ווי אַ פליג, נאָכדעם גייט אַרויס אַ וויערכאוואי, ער איז רויט ווי קומאטש, ער זיצט אויף אַ פערד, אונטער דעם פערד ברענט די ערד, און אונטער דעם אפיציר ברענט דער פערד, און נאַכהער גייען די סאָלדאַטן, וואָס אַ טראָט איז אַ טראָט.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט: איך האָב זיך צוגעקוקט צו דעם, און געקומען צו דער מסקנא, אַז אַזוי דאַרף מען מחנך זיין, דאָס הייסט חינוך.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט צו מיר: דו ביסט ביי מיר אַ בןיחיד. איך האָב אויף דיר אַ סך געהארעוועט, אַ סך כחות אַוועקגעגעבן, אַ סך טרערן, איך האָב אויסגעבעטן. זיי אַ באיעוואי סאָלדאַט וועסטו זיין אַ באיעוואי גענעראל.

אָבער אַ גענעראל דאַרף האָבן סאָלדאַטן, לערנען לערנט מען זיך אויף העלצלאַך, אָבער אין באי דאַרף מען גיין מיט לעבעדיקע מענטשן.

עס איז דאָ ב"ה תמימים, אָבער האלציקע, ביי אַ טייל די קאָפּ, ביי אַ טייל די האַרץ, ביי אַ טייל די פיס. גיין אין באי דאַרף מען מיט לעבעדיקע.

ד. (ניגנו אַ פנימיות'דיקן ניגון אָבער אַ ביסל פאַרשלאָפן, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) מען איז געפאַלן אין עצלות, מען פוילט זיך אונטער. מען דאַרף זינגען שטאַרקער. — והתחילו לנגן בהתעוררות יתירה —

ה. עס איז דאָ אַ סך צו ריידן. בכלל רעדט מען בקיצור, ובפרט שמח"ת, ובפרטי פרטיות בעת עס דאַרף זיין דבריך מועטים ועניניך מרובים.

איך וויל זאָגן פריהער אַ הקדמה, עס איז דאָ אַ ציור קומה, דער קאָפּ די האַרץ און פיס, די קאָפּ איז מוח, די האַרץ איז מדות, די פיס איז מעשה בפועל.

איך וויל ריידן אַ ענין וועגן די רבנים זאָלן געזונד זיין. איך מיין ניט זיך צו מישן אין שאלות, דאָס לאָז איך איבער פאַר די רבנים זאָלן געזונד זיין, נאָר איך וויל ריידען וועגען אַ ענין פרטי.

די רבנים דאַרפן זאָגן דעם וואָרט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.