378
75 — יאָהריגער מענטש, און איז געווען אַ פאסעסער5, ער איז געוועזן איינגעזעסן אין זיינע הנהגות, און האָט שוין געהאַט צוגעקומען צו אַלע מדריגות וואָס ער האָט געקענט מצד עצמו דערגרייכן, און ניט קיין געמל'טער, זאָגט מען אים לך לך.
דורך וואָס קומט מעןצו צו דעם אמת'ן לך, דורך די הדרכה ווי עפ"י חסידות, דורך מארצך, ממולדתך ומבית אביך. מארצך מיינט דיינע ארציות'דיקע ענינים, דיינע רצונות ממולדתך די איינגעבורטקייט, ווי עס איז פאַראַן אַ בעל מרה שחורה, מרה לבנה, ער זאָגט אַ גלייך ווערטל, מבית אביך, וואָס דו האָסט געזעהען ביי דיין טאַטן אין הויז, יעמאָלט וועסטו זיין ווי עס דאַרף זיין.
דאָס האָט מען געזאָגט צו אברם, אב רם שכל הנעלם מכל רעיון6, קען מען שוין פאַרשטיין ווי אַזוי, אַז עס איז קיין שכל ניטאָ, וואָס פאַר אַ מילה עס דאַרף זיין.
דאָס האָט מען געזאָגט 20 יאָהר שפּעטער, וואָס דאָס איז די השגחה פרטית ווי דער בעש"ט איז מבאר דעם ענין פון השגחה פרטית7, אַז אין מיטן העלן טאָג ווערט אַ ווינט און ער טראָגט איבער אַ בלעטעלע פון אַ בוים פון איין אָרט אויף אַ צווייטן, ביז עס קומט צו אַ פלאץ און דאָרט בלייבט עס ליגן, וואָס דאָס איז דאָך אַלעס בהשגחה פרטית, אַזוי איז אויך דאָ אַלעס בהשגחה פרטית, צו דער רגע, ובאותו מקום ובאותו האיש.
ב. איך האָב שוין עטליכע מאָל דערציילט8 פון די זמנים וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט מיט מיר לערנען דעם סידור, איך מיין ניט דעם סידור מיט חסידות, נאָר פשוט סידור מיט דעם פירוש המלות, אויך די קליינע ווערטעלעך.
פאַר אתה הראת שטייט אין סידור אין די קליינע אותיות מנהג ותיקין וכו'. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך געהאַט זיין עברי, האָט ער געזאָגט: מנהג ותיקון, אַמאָל איז מנהג מאַכט אַ תיקון, און אַמאָל איז אַז תיקון מאַכט אַ מנהג, — דאָס איז ניט שולל דעם מנהג ותיקין —
דורך דעם מנהג ותיקון קומט מען צו דעם אתה, און דאָס מאַכט אַ פתיחה אויף דעם הראת. עס איז פאַראַן אַ מאָל וואָס מען זעהט און מען ווייסט ניט וואָס מען זעהט; און דורך דעם מנהג ותיקון, אַז מען ווייסט אַז מנהג מאַכט אַ תקון און תקון מאַכט אַ מנהג, איז אַז מען זעהט ווייסט מען וואָס דאָס איז.
ג. מיין חינוך הפרטי ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיך אָנגעפאַנגען אין די יאָהרן נ' — נ"א9.
אין די זמני התועדות פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ריידן אין אידיש אַז אפילו אַ קלייןקינד האָט פאַרשטאַנען יעדעס וואָרט. נ"ג האָט זיך געענדיקט דער יאָהר פון כולו אידיש, נ"ד איז שוין געווען געמישט, לשון קודש און אידיש, און די אידיש איז געווען אין אתוון זעירין, קליינע אותיות, וואָס זיינען אַריין אין די שפּאַלטעלעך פון האַרץ.
יעמאָלט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גערעדט אַז אין צבא המלחמה
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.