377

שמחת תורה ביום, בעת הסעודה ה'שי"ת

א. דעם מאמר לך לך פון דעם המשך רס"ו האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט מיט צוואַנציג יאָהר פריער.

דער מאמר איז ניט געוועזן אַ כתב. אין דעם סדר פון מאמרי דא"ח זיינען פאַראַן מאמרים פון כתב, הנחה און רשימה. כתב הייסט וואָס דער רבי דער בעל המאמר האָט געשריבן דעם מאמר און מען האָט אים איבערגעגעבן לפרסם פאַר אַלעמען. דער מאמר איז געשריבן געוואָרן אין ליובאַוויטש פון די שרייבערס ר' שמואל דער שרייבער1, ר' שלמה הסופר. הנחה הייסט וואָס די הערער האָבן פאַרשריבן דעם מאמר. און רשימה מיינט וואָס דער בעל המאמר האָט פאַרצייכענט דעם מאמר פאַר זיך. דער מאמר לך לך איז געזאָגט געוואָרן אין גאַנצן אין אידיש, און מען האָט אים גערופן דער פרומער לך לך2. פאַרוואָס מען האָט אים אַזוי גערופן ווייס איך ניט.

ויאמר ה' אל אברם לך לך3. אַ טאַטן קען מען ניט מבטל זיין, און אפילו אַ טאַטן וואָס איז ניט אַזוי מיט אַלעמען, אפילו אַ טאַטן אַ תרח.

דער אויבערשטער זאָגט צו אברהם לך לך, לך לך צוצוקומען צו דיין אמת'ן לך.

אברהם4 וואָס איז דאַן שוין געווען אַ

הערות

  1. 1. ר' שמואל רבינוביץ, המכונה ר' שמואל דער שרייבער, או ר' שמואל סופר (כותב). — ראש המעתיקים בליובאַוויטש במשך שנים רבות, "שהוא היותר טוב כידוע" (אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' רסד). נזכר לקמן ע' 395.
  2. 2. ראה גם לעיל ע' 12.
  3. 3. לך לך יב, א.
  4. 4. קטע זה הובא בלקו"ש ח"א ע' 22.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.