375

פאַר דעם קריאת שם המועד, כמו חג המצות וכו'. מה שאין כן ביי שמיני עצרת און שמחת תורה איז דער קריאת שם המועד פאַר דעם וואָרט חג, ווי מיר זאָגן שמיני עצרת החג הזה10. דער פירוש איז אַז די שמחה פון שמיני עצרת און שמחת תורה ווערט נמשך אַ גאַנץ יאָהר11.

י. (בהמשך דיבורו ע"ד ענין העבודה בפועל אמר:)

וויפיעל ער זאָל זיין אַ מופלא אין השכלה אָדער אין השגה קומט דאָס ניט צו די הפלאה פון נה"י בפועל.

יא. (בעת שנתן כ"ק אדמו"ר שליט"א בידיו הק' משקה ומזונות לכמה אנשים אמר לאחדים מהם איזה ענין פרטי כדלהלן:)

לרשז. ג.: נעם משקה פאַר זיך און פאַר דיין שווער. דו דאַרפסט זעהען אויספליקן ביי זיך די פוילישע שטיק.

לרפ. א.: עס איז שווער צו פאַרטראָגען דיין מתינות. שינוי מהות איז אַ ענין, אָבער ניט אין דעם.

(רמ. ש. הכהן אמר לכ"ק אדמו"ר שליט"א, שבכל פעם כשמברך ברכת כהנים האָט ער אין זינען דעם רבי'ן. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

אַזוי דאַרף זיין. דאָס ערשטע איז די קאָפּ, דאָס איז דאָך אַ דבר פשוט. פון קאָפּ קומט דאָך ממילא אַראָפּ אין אַלע אברים.

(קראו לרא. ר. שיתקרב להשלחן, ואמר אחד: אָט איז דאָ אהרן אַליין. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

ביי חסידים איז ניטאָ אַליין. ער טראָגט מיט זיך פון זיין טאַטען, פון זיידן, פון עלטער זיידן, דעם גאַנצן עדת החסידים.

לרנ. ד.: דאַרפסט זיין אַ קובעעתים לתורה. עס זאָל ניט דורכגיין אַ טאָג אָהן תורה. לערנען וואָס מען קען, שו"ע, קיצור שו"ע. אַלע טאָג מוז מען עפּעס לערנען. מען דאַרף זיין ביי אַ חסיד'ישן פאַרבריינגען, און עפּעס נעמען פון פאַרבריינגען12. מיטנעמען אַ וואָרט מיט זיך, אַ מדה טובה, אהבת ישראל וכו'.

להרי. י.: פאַרוואָס נעמסטו ניט קיין משקה. עס זיינען דען דאָ דיינע בעליבתים. מען דאַרף דאָך ווייזן אַ דרך פאַר די תלמידים. לחיים! זאָלסט האָבן הצלחה, דיינע קינדער אייניקלעך און די תלמידים.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן הכוס משקה שלו להרש. ל. ואמר לו): דו זאָלסט האָבן כלים רחבים.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א חפש אחרי אחד מבין הנאספים ליתן לו משקה ומזונות, והביט לכל צד ולא מצא אותו, ואמר: איך זוך מיינע קאָסטאָמער, וואו איז א. ה. ואמר א' מהמסובים ער איז פון די אמת'ע רבי'נס קאָסטאָמער. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

עס איז אַ מנהג ביי סוחרים ווען מען קומט זיי פרעגן אויף זייער סחורה זאָגן זיי: פּעטעך, פּעטעך, דו ביסט עפּעס אַ מבין אויף סחורה. מיין סחורה אפילו אַביסעלע פון איהר איז מיט גאָלד צו גלייך.

הערות

  1. 10. ראה גם שיחת ליל שמח"ת תש"ז (לעיל ע' 72).
  2. 11. ראה גם לקמן ע' 381.
  3. 12. בהנחה בלתי מוגה: (לאחרי שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: "עפעס נעמען פון פאַרבריינגען" — אמר אחד: משקה. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: ניט דאָס מיין איך; משקה נעמט מען ממילא) נאָר מיטנעמען" [ההמשך בפנים].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.