ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"יליל שמחת תורה, בעת התועדות קודם הקפות ה'שי"ת374

374

מען זאָל זעהען דעם גילוי המשיח בפועל.

ו. דער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל הערען און דערהערען. עס איז פאַראַן הערען און דערהערען4. די וואָס האָבן דאָס פאַרזוכט ווייסן דעם טעם דערפון, און די וועלכע האָבן דאָס ניט פאַרזוכט ווייסן אפילו ניט וואָס דאָס איז. עס איז אַ רחמנות אויף זיי.

ז. החסיד ר' אהרן דאָקשיצער — שהי' נקרא אהרע דאָקשיצער — האָט אַמאָל געזאָגט צו החסיד ר' יקותיאל — היו ב' מלמדים בדאָקשיץ5 — קושע, געדענקסטו, ווען דער רבי האָט געגעבען לעקאַח האָט מען געפיהלט דעם כי6 לקח טוב7. און צי געדענקסטו ווי מען האָט געקליבן די ברעקלאַך.

אָט דאָס איז הרגש ווערטער. ניט השכלה, ניט קיין השגה, נאָר די עצם הנשמה איז זיך מתגלה אין כחות הגלוים, און די כחות הגלוים זיינען מגלה דעם נועם און עריבות פון עצם הנשמה.

עס דאַרף זיין אודנין דשמעין8. די אזני הלב אויב זיי זיינען פאַרשטאָפּט דאַרף מען זיי דורכבויערן.

(כ"ק אדמו"ר שליט"א הי' בשמחה גדולה און זייער אויפגעלייגט, וחלק בעצמו להרבה מהנאספים משקה ומזונות וצוה כמה פעמים להנאספי' לשתות לחיים, ולאחדים צוה לשתות בכוסות גדולים — גם למחר בעת הסעודה ציוה כן — ואמר:) אזלת לקרתא עבד כנימוסי'9, און דאָ איז אַזאַ מנהג.

(אמר לא' מהמסובים שחלק משקה להעומדים מסביב:)

אַ משפיע ווען ער איז פאַרנומען צו משפיע זיין פאַרגעסט ער אויף זיך אַליין. דאָס איז אַ חסרון.

ח. תרנ"ד איז געווען אַ גרויסער פאַרבריינגען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן אַרומגערעדט, וואָס איז חסידות און וואָס איז השגחה פרטית עפ"י חסידות, אַז השגחה פרטית איז ניט נאָר אין ענינים פון הבנה והשגה נאָר אפילו אין דברים פשוטים.

מען האָט דאַן געזונגען אַ פרעהליכען ניגון. און נאָכדעם האָט מען געבריינגט משקה. האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דאָס איז השגחה פרטית, ווי מורנו הבעש"ט איז מבאר דעם ענין פון השגחה פרטית.

בכלל משקה איז מים המאררים, וואָס לכל הקל רופט דאָס אַרויס אַ תנועה חיצונית9. אָבער ביי אַ פאַרבריינגען איז די משקה דער אמת'ער גשם, גשמי ברכה.

אַז מען רעדט ביי אַ פאַרבריינגען אַ פנימיות'דיקן וואָרט, גייט ער אַריין אין פנימיות הלב, און פון פנימיות הלב קומט ער אַראָפּ אין פנימיות העבודה אין עבודת התפלה.

ט. עס איז פאַראַן אַ אַלטער וואָרט, דער חילוק פון שמע"צ און שמח"ת לגבי שאר המועדים.

דער חילוק איז אין יעלה ויבא. ביי אַלע מועדים שטייט דער וואָרט "חג"

הערות

  1. 4. ראה לעיל ע' 208. ש"נ.
  2. 5. ראה לעיל ע' 113. וש"נ.
  3. 6. משלי ד, ב.
  4. 7. ראה ספר השיחות תש"נ ח"א ע' 24, שנתינת "לעקאַח" — רומזת וקשורה עם "לקח טוב נתתי לכם תורתי גו'".
  5. 8. ראה זח"ב קפו, ב. וראה אגרות-קודש ח"ו ע' שכז ואילך.
  6. 9. ב"ר פמ"ח, יד.
  7. 9. ראה גם לעיל ע' 79.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.