373

ליל שמחת תורה, בעת התועדות קודם הקפות ה'שי"ת

א. (על השלחן עמדו בקבוקי משקה חתומים ואמר א' מהמסובים ליתן לרפ. א. שבא מאה"ק לפותחם, מפני שאצלו כבר חול. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

דאָס וואָס מיר אַלע אידן בעטן אַ גאַנץ יאָהר, אַז השי"ת זאָל אונז בריינגען לארצנו הקדושה ממש ולעשות רצונך וכו', איז אויסצונוטצן דאָס אין דברים קלים איז דאָס אַ זלזול, דאָס איז אַ גראָבקייט.

ב. איך קוק אויף אַלעמען בעין טובה, אפילו ווען מען מאָנט אַמאָל און ווען מען מוז זאָגן אַמאָל אַ האַרבן וואָרט, איז דאָס אַ חסד.

אַ סאָלדאַט איז אויסמושטירט. ער גייט אויפגעשטעלט דעם קאָפּ, אַרויסגעשטעקט די האַרץ, ער מאַכט מיט די הענט און מיט די פיס. אויסמושטירן טוט מען די קאָפּ און די האַרץ, און אין וואָס איז דאָס ניכר, אין די פיס. דער סאָלדאַט איז אויסמושטירט אפילו אין אַ תנועה קלה.

ג. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל זיין אַ שנת ברכה בגשמיות וברוחניות.

ד. תרנ"ד1 איז געווען אַ יאָהר פון גרויסע גילוים. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט יענעם שמח"ת געזאָגט בעת'ן פאַרבריינגען:

הערט רייד, וואָס איך האָב געהערט אין גן עדן.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן אַרומגערעדט דעם סדר פון גן עדן התחתון און גן עדן העליון.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אַ זעלטענעם כח הציור2, אין יעדע זאַך האָט ער מבאר ומסביר געווען אַז מען האָט דעם ענין געזעהען במוחש. ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן גערעדט דעם הבדל פון געה"ת און געה"ע, און דעם סדר העליות, האָט מען דאָס געזעהען (כ"ק אדמו"ר שליט"א הראה באצבעותיו) במוחש ממש. און הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט:

איך זעה דאָס. און איהר הערט לכל הפחות און דערהערט.

מיר האָט מען געגעבן אַ כח צו הערן דברי הרב. אַז איך האָב געהערט אַ מאמר פון טאַטן, האָב איך געהערט די רייד פון טאַטן, פון זיידן, פון עלטער זיידן, פון רבי'ן, פון מעזריטשער מגיד און פון בעש"ט, וואָס ער האָט מקבל געווען פון אחי' השילוני3.

ה. לחיים! דער אויבערשטער זאָל געבן עס זאָל זיין אַ שנת אורה, שנת ברכה, שנת גילה, שנת דיצה ברוחניות ובגשמיות. זייט אַלע געזונט מיט אייערע בני בית. דער אויבערשטער זאָל אונז בריינגען אין ארץ ישראל ממש. מיר אַרט ניט צי מיט די פיס אָדער מיט די לופט. אין בעלהבתישקייט מיש איך זיך ניט, —

הערות

  1. 1. בא' ההעתקות שתח"י: תרנ"ג. — ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 191 אודות התועדות שמע"צ תרנ"ג שאז סיפר כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע בארוכה ובפרטיות ע"ד ז' התורות ששמע בגן עדן מהבעש"ט בח"י אלול תרנ"ב.
  2. 2. ראה לעיל ע' 345. ע' 351.
  3. 3. בהנחה בלתי מוגה: עס טוט זייער וויי וואָס היינט הייסט אַ משכיל, אַ עובד, אַ תמים — און וואו דאָס איז געווען מיט 55 יאָר צוריק — נאָר מען דאַרף ביי זיך ניט אַראָפּפאַלן, מ'האָט אַמאָל אויך אַזוי געזאָגט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.