372
מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א למלאכות אנשים שבאה מעיר נ.
ביום ג', ב' דחוהמ"ס ה'שי"ת
אידן פון נ. פאַרדינען אַ ברכה מבורכת.
מען ווערט עלטער, און אַז מען ווערט עלטער דאַרף מען ווערן קליגער, און אויב ניט דאַרף מען הארעווען אויף דעם.
יעדער איד האָט וואָס מען קען זיך פון איהם לערנען, און יעדער איד האָט ענינים וואָס ער דאַרף זיך לערנען. יעדער איד דאַרף זיין אַ מלמד, יעדער איד דאַרף זיין אַ תלמיד.
וועגן גשמיות דאַרף מען ניט דאגה'ן, מען דאַרף דאגה'ן וועגן אַ טובה טאָן אַ אידן, בעניני תורה ועבודה, אהבת ישראל.
גיט איבער אַ גרוס אַלע אונזערע אידן, אונדזערע אידן הייסט בית המדרש אידן, יעדער איד איז גוט.
מיר בעטן ביי דעם אויבערשטן (הדגיש בעטן, ניט מיר דאַרפן בעטן) ער זאָל קוקן אויף אונז ווי אַ טאַטע קוקט אויף זיינע קינדער.
השי"ת זאָל געבן אונז אַלעמען בתוך כלל ישראל אַ גוט געזונד געבענטשט יאָהר בגשמיות וברוחניות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.