371
געקלאגט, אַז ער האָט אַ זוהן וועלכער איז ניט שפוי בדעתו ר"ל. האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבענטשט מיט הצלחה און געזונט, — איז דער זוהן געזונט געוואָרן.
ה. עס וואָלט ביי מיר געווען זייער יקר וחביב, ווען יעדערער פון אנ"ש והתמימים וואָלטן פאַרצייכנט בכתב וואָס זיי געדיינקען פון דעם וואָס זיי האָבען געזעהען ביי זייערע עלטערען און זיידעסחסידים, פון זייער אופן התנהגות בכלל, און פון די זמני מועדים לשמחה בפרט, יעדערער זאָל שרייבן ווי ער קען, אין זיין שפּראַך, און טאָמער וועט ער פאַרטוישען אַ א' אויף אַ ע' איז אויך ניש'קשה. אויף דעם ענין איז ניט שייך צו געבן אַ פקודה אָדער אַ התעוררות, אָבער דער הרגש פון חסידות דאַרף דאָס אַליין אַרויסמאָנען. דאָס וואָלט געווען אַ גרויסע תועלת, פאַר זיך וואָלט דאָס געווען דער בעסטער מוסר ספר, און דאָס וואָלט געהאַט אַ גרויסע פעולה אויף די קינדער און די משפחה און די סביבה.
ו. ביי די רביים איז געווען זייער יקר אַ חסידות'ער פאַרבריינגען. דער מיטעלער רבי האָט געזאָגט — אין איינעם פון זיינע קורצע מאמרים — אַז אַ חסידות'ער פאַרבריינגען איז די ד' דפנות פון דער רוחניות'דיקער מקוה. מען מיינט ניט פאַרבייטן גיין אין מקוה, ניט נאָר ווען מען מוז על פי גליא שבתורה, נאָר אפילו מקוה טהרה. אַ חסידות'ער פאַרבריינגען, וואָס מען רעדט דאָרטן און מען איז מבאר אַ פנימיות'דיקן וואָרט, מען זינגט אַ חסידות'ן פנימיות'דיקן ניגון, און אַ ניגון וואָס מען האָט מיט אים געדאַוונט — דאָס איז צוויי ענינים — אַ אויסגוס געוויין, ניט אַ געוויין פון צער נאָר אַ געגועינפש'דיקן געוויין, פון הרגש פנימיות עצם הנשמה, דאָס איז די ד' דפנות פון אַ חסידות'ער מקוה.
ז. לחיים! דער אויבערשטער זאָל העלפן מען זאָל וויסן מער. און דערווייל זאָל מען טאָן מיט וואָס מען ווייס.
ח. מען דאַרף זעהען מאַכן חסיד'ישע מנינים, מען זאָל האָבן אַ חסיד'ישן רב, אַ חסיד'ישן גבאי, אַ חסיד'ישן שמש, דאָס איז אַזוי נויטיג ווי דער חסידות'ער נוסח. דאָס דאַרף מען מאַכען אָן אַ שטאָך, מען דאַרף אַראָפּשניידען די שטעכיגע נעגל13. מען דאַרף נעמען מיט דעם שאַרף צו זיך14. אַמאָליקע חסידים האָבען ניט געגעסען מיט אַ גאָפּעל נאָר מיט אַ לעפל, ווייל אַ גאָפּל האָט דריי שטעכיגע ציינער. מען דאַרף האָבן אַ כלי צו עסן נאָר אַ לעפל וואָס איז גלאַט. צו יענעם דאַרף מען ריידן גלאַט און בקירוב, מיט גלאַטקייט קען מען אַ פולע אויפטאָן. אויב מען זעט עפּעס ביי יענעם, דאַרף מען ניט אין כעס זיין אויף יענעם נאָר אויף זיך. מען דאַרף טאָן מיט זיך און דאָס זאָל פועל זיין אויף דעם זולת.
ט. (אחר ברהמ"ז כשהתחילו לצאת מהסוכה אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מען דאַרף זינגן אַ ניגון, אַז די סוכה זאָל ניט זיין אומעטיג, און זי וועט וואַרטען ביז מען וועט ווידער קומען צו איהר.
הערות
- 13. ראה ד"ה שאו ידיכם תרצ"ד (סה"מ קונטרסים ח"ב שב, ב ואילך). אגרות-קודש ח"ב ע' תקכה ואילך. ח"ד ע' יד ואילך (הועתק ב"היום יום" כב אלול). חי"ד ע' תו. ועוד.
- 14. ראה אגרות-קודש חי"ד שם. ע' תלח].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.