370

הרה"ק פלעגט זיי געבן מזמן לזמן אויף דער שוהל און פאַרן שמש.

ר"ה ביי נאַכט איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבליבן דאַוונען באריכות אין שול נאָכדעם ווי דער קהל האָט שוין מסיים געווען דאַוונען. דער שמש האָט אָנגעזאָגט דעם גוי, להבדיל, וועלכער פלעגט אויפראמען די שוהל, אַז ער זאָל ניט פאַרלעשן די ליכט און זאָל ניט פאַרמאַכן די שוהל. דער שמש אַליין איז אַוועקגעגאַנגען אַהיים.

נאָכדעם ווי דער שמש האָט אָפּגעגעסן סעודת יו"ט, האָט אים זיין געוויסן ניט צורוה געלאָזט, ווי אַזוי האָט ער דאָס איבערגעלאָזן אַ איד אַ תלמידחכם אַליין אין שוהל. איז ער צוריקגעגאַנגען אין שוהל זעהען וואָס טוט זיך. ער קומט אַריין אין שוהל, זעהט ער ווי דער גוי שטייט אין פאָדערהויז און וויינט זייער שטאַרק. פרעגט אים דער שמש: וואָס וויינסטו? ענטפערט אים דער גוי: עס שטייט אַ מענטש און גייט אויס, איז ווי קען מען ניט וויינען. איך בין געוויינט צו הערען ווי מען דאַווענט פרעהליך און מען זינגט ביים דאַוונען, אָבער דאָ שטייט אַ מענטש — הכוונה על הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — און גייט אויס. האָב איך זיך דערמאָנט אויף מיין אייגענע צרות, דער דיאדיקע איז געשטאָרבען, די בהמה איז גע'פגר'ט, מיין אַלטע מוטער איז קראַנק, וויל איך וויינען. אַז דער שמש איז אַריינגעגאַנגען אין שוהל און זיך צוגעהערט צו הוד כ"ק אאמו"ר'ס דאַוונען, האָט זיך ביי אים געעפנט צוויי קוואַלן פון טרערן.

נאָכן דאַוונען איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געגאַנגען צו זיך אין אכסניא, און הרב שניאור סלאָנים10, וועלכער איז מיט אים געווען אין יאלטא11, האָט אים באַגלייט.

אַז עס האָט זיך דערנעהענט יום כפור, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געבעטן, אַז מען זאָל אים אויפרופן צו מפטיר יונה — באַ די רביים איז געווען דער מנהג עולה לתורה זיין יום כיפור צו מפטיר יונה12, מצד כמה ענינים וואָס זיינען תלוים בזה. — האָט מען דעם טאַטן געזאָגט, אַז אין די גרויסע שוהל קען מען אים ניט מכבד זיין — כ"ק אאמו"ר הרה"ק לא רצה לגלות להאנשים דשם מי הוא — נאָר אין חדר שני וועט מען אים געבן מפטיר יונה, וכ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט זיי געגעבן אַ נדבה פאַרן ביהמ"ד. אַז עס איז אָבער געקומען יוכ"פ, און זיי האָבן געזעהען די התלהבות פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ביים דאַוונען, האָבן זיי דערקענט אַז ער איז אַ איש המעלה, און מען האָט אים אויפגערופן צו מפטיר יונה אין דער גרויסער שוהל.

נאָך יום כפור איז געקומען דער גבאי פון שוהל צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, און דערציילט, אַז ער האָט פון אַלע מאָל אַ חזקה אויף מפטיר יונה, און דערפאַר האָט ער פון אָנפאַנג ניט געוואָלט מוותר זיין אויף דעם, אָבער נאָכדעם זעהענדיק די הנהגה און עבודה פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק יוכ"פ, האָט דאָס אויף אים שטאַרק גע'פועל'ט, און ער האָט געהייסן אויפרופן הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק. ריידנדיק האָט ער דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועגן זיין פרטיות'דיקן לעבן, און האָט זיך

הערות

  1. 10. ר' שניאור זלמן בהר"ר מרדכי דובער סלונים מחברון.
  2. 11. ראה רשימת רבינו "יגלה אור" למכתבי כ"ק אדמו"ר מהורש"ב אל הרש"ז סלונים. רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 256. וש"נ.
  3. 12. ראה גם לעיל ע' 63.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.