369
ב. ווען איך בין נאָך געווען גאָר אַ יונגער אינגעל האָט מען אַמאָל פאַרבראַכט שמחת בית השואבה אין סוכה, און איך בין אויך דאָרט געווען. אַז עס איז געוואָרן זייער שפּעט אין דער נאַכט בין איך איינגעשלאָפן. אין דער פרי, ווען איך האָב זיך אויפגעכאַפּט האָב איך נאָך געטראָפן החסיד ר' הענדל2 און החסיד ר' שמואל ברוך3 זיצן אין סוכה און פאַרבריינגען.
ווען איך בין דאַמאָלסט איינגעשלאָפען אין סוכה אויף אַ באנק, איז כבוד אמי הרבנית אַריינגעקומען מיר אַרייננעמען אין הויז, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ניט געלאָזט, און געזאָגט:
זאל ער זיך וואַלגערן צווישן חסידים, און דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז ער זאָל זיך אויסוואַלגערן4.
דאַמאָלסט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיך געבענטשט מיט אריכות ימים.
יעדערער דאַרף וויסען, אַז אריכות ימים איז דער פירוש5, אַז עס זאָל זיין אַ יומא אריכתא, אַז וואָס עס דאַרף זיך אָפּטאָן במשך דעם טאָג זאָל אָפּגעטאָן ווערן. מיט דער ברכה פאַר אריכות ימים מיינטמען טאַקע פשוט אין גשמיות אריכות ימים ושנים, נאָר אין די אריכות ימים גופא דאַרפן די טעג זיין יומי אריכתא, אַז דער טאָג זאָל ניט צוקראָכן ווערן מיט גאָרניט. מען דאַרף וויסן ווען עס ווערט טאָג, און מען דאַרף וויסן יעדע שעה פון טאָג, און טאָן אַלץ וואָס עס דאַרף זיך אָפּטאָן במשך דעם טאָג, און דאַמאָלסט איז דאָס אריכות ימים.
ג. ווען איך בין נאָך געווען גאָר יונג, האָט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געלערנט ווי צו נעמען אַ זאַך ברמז, פאַרשטיין יעדן ענין ברמיזא.
נכנס יין יצא סוד6. יין איז יינה של תורה7, די הבנה און השגה אין תורה און די טהרת ההשגה. יצא סוד דער העלם העצמי, און מען איז משיג דעם העלם העצמי. יין איז בגימטריא ע' און סוד איז אויך בגימטריא ע'8 נאָר דער חילוק איז, יין בגימטריא ע' איז דאָס צוויי יודי"ן און אַ נו"ן, און סוד בגימטריא ע' איז דאָס ס' ו' ד', און די וואָס ווייסען קבלה ווייסען דעם הפרש אין דעם.
ד. (כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן את הניגון "הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד" כפי ששרו אותו בליובאַוויטש, ואחר שנגנו אותו אמר:)
אויף דעם ניגון איז דאָ אַ פירוש און אַ ביאור און אַ סיפור דברים.
אין יאָהר תרמ"ו בערך ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אין יאלטא9 פלעגט ער דאַוונען אין אַ קלויז פון חסידיפולין. אַז עס איז געקומען חודש אלול האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זיך געפירט ווי אין ליובאַוויטש כדרכו בקודש. אין שוהל איז דאָרט געווען אַ גבאי און אַ שמש, און הוד כ"ק אאמו"ר
הערות
- 2. ראה אודותו לעיל ע' 17. וש"נ.
- 3. ראה אודותו לעיל ע' 109. וש"נ.
- 4. ראה גם לעיל ע' 67. וש"נ.
- 5. ראה גם אגרות-קודש ח"ז ע' קנג ואילך.
- 6. עירובין סה, סע"א. סנהדרין לח, רע"א. במדב"ר פ"י, ח. תנחומא שמיני ה.
- 7. ראה ע"ז לה, א. אמרי בינה שער הק"ש ספנ"ג ואילך. ובכ"מ.
- 8. ראה במקומות שצויינו בהערה 6.
- 9. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע נסע ליאלטא בחודש אלול תרמ"ה והתעכב שם עד אחרי חג הפסח תרמ"ו (ראה אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"א ע' זח ובהערות שם. לעיל ע' 21. ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 13. וש"נ).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.