ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"ייום ב' דחג הסוכות ה'שי"ת, בסעודה368
368
יום ב' דחג הסוכות ה'שי"ת, בסעודה
א. אַמאָל ביי אַ מסיבה פון עלטערע חסידים האָט מען געפרעגט: וואָס האָסטו געהערט עפּעס אַ אַלטן וואָרט? האָט איינער פון די חסידים געזאָגט: אַז אַמאָל ביי אַ חסיד'ישן פאַרבריינגען וואו מען נעמט משקה, וואָס מען טרינקט דאָך ניט גלאַט אַזוי, נאָר אויף אַרויסצורופן פנימיות; פלעגט מען בוחר זיין אין אַ מוזג, וואָס ער פלעגט טיילן די משקה פאַר לחיים.
איך בין נאָך דאַמאָלסט געווען אַ קליינער אינגל, האָב איך געפרעגט מיין מלמד ר' ניסן1, וואָס איז דאָס אַ מוזג? האָט מען מיר געענטפערט, אַז אַ מוזג איז דער וואָס גיט אַכטונג אַז אַלעמען קומט אָן, און אַ קאַפּעלע — אַ טראָפּן — ווערט ניט פאַרלאָרן. דאַרף מען יעצט אויך מאַכן איינעם פאַר אַ מוזג.
הערות
- 1. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.