368
פון אַ רבי'ן איז דאָס אותיות עצמיים, אַזוי אויך אַ תנועה5. אַז מען חזר'ט איבער אַ תנועה — אָט ווי מען האָט היינט איבערגעזונגען די תנועה מיט וועלכע דער טאַטע פלעגט שבת דאַוונען — באַווייזט עס, אַז מען האָט אַ אזן שומעת. זיין הרגש איז אין די כחות הגלוים, וואָס דאָס איז לפי ערכו, ער איז דאָס מרגיש לפי אופן זיין אזן שומעת, און אַזוי דערהערט זיך דאָס ביי אים אין די כחות הגלוים. אָבער דאָס איז אותיות עצמיים6.
ג. חסידים האָבן געדאַרפט מאַכן אַ קביעות אויף צו מצייר זיין זיך במחשבה וואָס זיי האָבן אַמאָל געזעהען און געהערט ביי אַ חסיד'ישן פאַרבריינגען, וכדומה. דאָס איז אַודאי, אַז אויף דעם אור הנשמה וואָלט דאָס זיכער פועל געווען, און אפילו אין די כחות הגלוים, וואָלט דאָס אויך געמאַכט אַ רושם. אַ רשימה לפי אופן ההרגש.
ד. (פנה להמסובים ואמר:) מילא אַז מען איז מקצר אין דאַוונען, דאָס הייסט אַז מען איז מקצר אין התבוננות, איז דאָס דערפאַר ווייל עס פעלט שכל. צו התבוננות דאַרף מען דאָך שכל, — פעלט שכל. אָבער פאַרוואָס איז מען מקצר אין שמחת יו"ט — הכוונה מדוע אין מנגנים בשמחה — צו דעם דאַרף מען האָבן מדות, און מדות איז דאָך ביי יעדערן דא, נאָר זיי געפינין זיך דאָרט וואו זיי דאַרפן ניט זיין, דעריבער דאַרף מען זיי ממשיך זיין במקום הראוי, אין שמחת יו"ט, וכדומה, טאַנצן, טופען מיט די פיס, ביז וואַנען מען זאָל דאָס דערהערען אין קאָפּ, וואָרום אַז ער איז מרקד ברגליו ווערט דאָך דער הילוך הדמים במרוצה יותר, ווערט ווארים אין קאָפּ.
אַיי יונגעלייט, וואָס איז מיט אייך, מען איז פויל און פאַרשלאָפן.
ה. (הרב רי. ב. אמר לחיים, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז אנ"ש פון פּאַריז און לאָנדאָן זאָלן קומען אַהער צום רבי'ן. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מען דאַרף ממשיך זיין דעם אור ליובאַוויטש אַהין, דאָרטן וואו אנ"ש געפינען זיך. און עס האַלט דערביי.
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.