367
הוי' אלקינו הוי' אחד5, זיינען די אתוון רברבין עד דע, דער פירוש איז אַז עס דאַרף זיין דער דע, מען זאָל וויסן דעם עד שבנשמה, וואָס דאַמאָלסט האָט ער אַ השגה אין עצמות הנשמה.
דער דרך החסידים אַמאָל איז געווען אַז מען האָט געלעבט מיט אַ וואָרט, מען האָט ניט געזוכט קיין אריכות, אַ וואָרט האָט מספיק געווען.
חכמה איז אמת, דעת איז אמת, אָבער בינה איז לעצמה ניט אמת. דעת ווייל עס איז מקושר אין דעם אמת פון חכמה איז אויך אמת, אָבער בינה קען זיין ניט דורכאויס אמת, און אַמאָל אויך אפילו שקר, און אין אָט דעם בעדאַרף זיין די יגיעה און עבודה, מברר זיין דעם פסולת השקר.
דער טעם הדבר פאַרוואָס אין הבנה קען זיין דער ענין השקר איז ווייל הבנה און הסבר קען זיין שקר, ווייל בעיקרה איז דאָך דאָס הסבר, וואָס איינער איז מסביר דעם ענין אַזוי און דער צווייטער איז מסביר אַנדערש, און ער זאָגט אַז ער האָט "דאָס" מחדש געוען, איז דאָ קען מען שוין זיין געחאַפּט. די עבודה איז אַראָפּצוטראָגן דעם אמת פון חכמה אין בינה און אויך אין דעם בפועל ממש.
הערות
- 5. ואתחנן ו, ד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.