366

יגיעה אַז דער בכן פון דער השכלה זאָל בריינגען אַ עבודה בפועל ממש, אין מדות חסידות.

מורי הרשב"ץ4 איז געווען אַ טאַלאַנטפולער מחנך. זיין חינוך איז בעשטאַנען אין געבן אַ לעבעדיקן ציור אין גילוי הכחות והחושים.

דער אויסשפּראַך "כאלו אתה רואה מהות מציאות הדבר" וואָס געפינט זיך אין פערשידענע מאמרי חסידות איז געווען דער גרונט יסוד באַ מורי הרשב"ץ אין זיינע ביאורים.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געזאָגט — בשנת תרנ"ד: מורך הרשב"ץ האָט אַ בעזונדער הפלאה חוש צו מאַכן דעם תלמיד, מיט וועלכן ער לערנט, אַז דער תלמיד זעלבסט זאָל מעורר זיין דעם חיות אין עבודה.

עבודה און חיות אין עבודה זיינען צוויי בעזונדערע דרגות אין עבודת השי"ת. ביידע זיינען עובדי הוי' וואָס טוען יעדע מצוה בעתה ובזמנה כהלכתה. דער חילוק ביניהם איז אין דער לעבעדיקייט ווי מען טוט די מצוה.

אין טבעי בני אדם זיינען דאָ אַזעלכע וועלכע זיינען בטבע אין אַ קו של שמחה מיט אַ חיות, על חטא אין ק"ש שעל המטה זאָגן זיי אויך מיט אַ חיות, און עס זיינען דאָ אַזעלכע וועלכע זיינען בטבע אין אַ קו של עצבות, און אָט די זאָגן שישו ושמחו בשמחת תורה אויך מיט אַ טרויעריקייט און אָנגעבלאָזנקייט.

דער נקודת הענין איז וואָס באַ זיי פעלט דער גאַנצער ענין פון עבודה אמיתית און דערפאַר איז באַ זיי די התגברות החומר על הצורה אַז די ענינים פון צורה זיינען באַ זיי אויך חומריות'דיק.

חסידות חב"ד, וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מייסד געווען, איז מיוסד אויפן יסוד פון השגת המוחין און עבודת הלב, וואָס אין דעם זיינען זיך משתתף אַלע עשרה כחות הנפש, און דאַן קומט דאָס אַרויס אין אַ עבודה שלמה.

דאָס אַלעס וואָס איז דאָ געזאָגט געוואָרן איז אַן אַריינפיר וואָרט צו דער יחידות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אין יאָר תרל"ט באַ הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש.

וואָס זיי האָבן דאַמאָלסט גערעט איז אַ ענין בפני עצמו, נאָר פאַרן אַרויסגעהן האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש דערציילט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאָלגענדען סיפור.

אין ליאָזנא איז געווען אַ איד אַ זקן, דעם אַלטן רבינס אַ חסיד, וועמען מען האָט גערופן ר' אלי' בער ישובניק.

ער איז קיינמאָל קיין ישובניק ניט געווען און אפילו ניט געוואוסט וואָס אַ ישוב איז. דעם נאָמען ישוב'ניק האָט מען אים געגעבן ווייל אויף יעדער זאַך פלעגט ער זאָגן: מען דאַרף האָבן אַ ישוב הדעת.

אַז מען פלעגט אים רופן אַלס אַ צענטן צו אַ מנין פלעגט ער ענטפערן: אמת, נאָר מען בעדאַרף האָבן אַ ישוב הדעת. פלעגט מען אים רופן צו אַ חולה מסוכן ר"ל, פלעגט ער ענטפערן: אמת, נאָר מען בעדאַרף האָבן אַ ישוב הדעת, און כרגיל, פלעגט דאָס די וועלט האַלטן פאַר עניני שטות.

אָבער באמת איז די סיבה פון דעם געווען ווייל ער האָט אַמאָל געהערט פון כ"ק רבינו הזקן בזה"ל: איך וועל אייך זאָגן אַ תורה פון רבי'ן — דעם מעזריטשר מגיד — וואָס ער האָט געהערט פון זיידן — מורנו הבעש"ט: שמע ישראל

הערות

  1. 4. ראה אודותו לעיל ע' 12. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.