364

דאָס וואָס החסיד ר' גרשון דוב נ"ע פלעגט אָפט זאָגן נאָך אַ אריכות'דיקן פאַרטראַכטן זיך — ער איז געווען אַ שטאַרקער עמקן, איז נאָך תפלת ערבית און ק"ש שעל המטה, וואָס פלעגט אויסקומען אין די שפּעטע שעות פון די ווינטערדיקע נעכט14 — הערסט גרשון בער מען בעדאַרף אויפשטיין גאָר איין אַנדערער.

און אַזוי איז געווען דער דורכשניטליכער סדר פון חב"ד חסידים אַז מען פלעגט פאַרבריינגען צווישן זיך פלעגט דער רב זאָגן אויף זיך, אָט דאָס איז אַ רב? איך געדיינק מיט דרייסיק יאָר צוריק איז געווען אַ רב איז ער געווען גאָר אַנדערש. דער מלמד איז טאַקע געווען אַ מלמד, געהאַט גענוג צרות און ניט געהאַט אויף דער הוצאה, נאָר ער פלעגט אויף זיך זאָגן, אָט דאָס איז אַ מלמד? מיט דרייסיק יאָר צוריק איז געווען אַ מלמד גאָר אויף איין אַנדער אופן.

אַזוי שמועסנדיק פלעגט זיך אָפּרופן אַ צווייטער, מען בעדאַרף ניט אַראָפּפאַלן באַ זיך, איך בין דאָך שוין אַ עלטערער איד מיט אַ גראָהער באָרד געדענק איך ווען איך בין נאָך געווען אַ צען יאָריקער אינגל אַז מיין זיידע פלעגט אויך אַזוי זאָגן אַז ער קומט ניט צו די אידן מיט דרייסיק יאָר צוריק.

אָט דאָס איז געווען אַ שמועס פון אַמאָליקע חסידים און היינט אַז מען לערנט אַ האַלב שעה חסידות, ווער רעט נאָך אַ האַלבן אות אָדער אַ גאַנצן אות חסידות ווערט מען שוין אַ משכיל, און טאָמער געפינט מען באַ זיך אַז מען איז ניט אַזוי ווי מען בעדאַרף זיין פאַרלאָזט מען זיך אויף דעם והוא רחום יכפר עון וואָס מען זאָגט ניט הערנדיק אפילו דעם פירוש המלות פון דעם וואָס מען זאָגט.

יד. אַמאָל במסיבת חג הגאולה — יט כסלו — פאַרבריינגען באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז צווישן די אורחים געווען אַ חסידישער איד, וואָס באַ זיך אין שטעטל איז ער געווען פאַררעכנט אַ חצי בעל הבית חצי נגיד, דער חסידישער בית המדרש איז געווען באַ אים אין גרויסן גוט געבויטן הויף.

די שטעטלדיקע בעלי בתים און אפילו דער רב מיטן שוחט האָבן פאַר אים דרך ארץ געהאַט.

ווען ער פלעגט קומען מזמן לזמן אין ליובאַוויטש פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק באַ אים מאָנען ער זאָל עפּעס אויפטאָן אין שטעטל בהנוגע מחזיק זיין דעם רב, דעם שוחט און די מלמדים, בהנוגע קביעות לימוד ברבים, שאַפן אַ מקור הכנסה פאַר די וואָס לערנען ברבים.

פלעגט ער ענטפערן מי אני, ווער בין איך דאָס איך זאָל קענען עפּעס טאָן.

האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט:

אמת, ביסט גערעכט מי אני, נאָר דאָס איז שלא במקומו, ווען דו שטעהסט אין קראם און קוקסט דורך אין אָוונט דעם לייסטער וויפיעל דו האָסט פאַרקויפט און וויפיעל דו האָסט פאַרדינט דאַמאָלסט זאָגסטו ניט מי אני פאַרוואָס קומט דאָס דיר.

און אויב אין דעם טאָג איז ניט געווען אַזוי פיעל ריוח מעג מען צורעכענען אויך דעם ריוח פון נעכטן און פרעגן מי אני?

אויף גשמיות דאַרפמען באַ זיך פרעגן מי אני, אָבער מען פרעגט ניט, נאָר ווען

הערות

  1. 14. חסרים איזה תיבות.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.