361
ר' דובער ב"ר פסח — בערע פיישעס6, ר' ניסן2 ור' יקותיאל7, האָט מען בכל יום ויום געגעבען אַ האַלבע שעה אָדער דריי פערטל אויף צו דערציילען די חדר קינדער חסידישע סיפורים.
די סיפורים וואָס מיר האָבן געהערט אין חדר האָבן מיר געדאַרפט איבער חזר'ן צווישן זיך אונטער דער השגחה פון רבין וואָס האָט צוגעהערט.
געוועהנליך פלעגן מיר קינדער — וועלענדיק בעווייזען אַז מיר געדיינקען און גוט בענומין וואָס דער רבי האָט דערציילט — איבערשרייען איינער דעם אַנדערן, און דער טומל איז געווען אַזוי גרויס אַז די מלמדים ר' יקותיאל אָדער בערע פיישעס פלעגן זיצן צוטומעלטע פון אונדזערע אומגעלומפערטע געשרייען און מאַכן מיט די הענטלעך.
איך האָב דאַן איינמאָל געהערט פון דער באָבען הרבנית הצדקנית מרת רבקה8 וואָס איר שוויגער די באָבע הרבנית חי' מוסיא8 האָט איר דערציילט.
איר זיידע, הוד כ"ק רבינו הזקן, האָט מסדר געווען אַז יעדן פרייטאָג צו נאַכט נאָך סעודת שבת זאָלן די פרויען לייענען די פרשה חומש אין טייטש חומש9, און שבת נאָך מיטאָג זומער, אָדער מוצאי שבת ווינטער זאָלן זיי דערציילן חסידישע סיפורים.
די באָבע רבקה איז געווען אַ בעלת שמועה און יעדער סיפור איז באַ איר געווען מדויק, ווען זי האָט דאָס געהערט און פון וועמען, מיט אַ תיאור כללי פון דעם מספר און דעם זמן המאורע והסיפור. פלעג איך יעדן טאָג קומענדיק פון חדר גיין צו דער באָבע רבקה בעטן דערציילן אַ מעשה.
דער סדר פון מיינע ביקורים באַ דער באָבען האָט אָנגעהאַלטן אַלע יאָרן ביז איר הסתלקות10. נ"ע.
די דאָזיקע סיפורים זיינען קובע אַ מדור מיוחד אין מיין יומן און זכרונות.
ט. דער נוסח פון ברכת לחיים, באַ די זמני ההתועדות ברבים, איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען פאַרשידנאַרטיק אין די שטילע קורצע ווערטער וואָס ניט אַלע האָבן געהערט, און די וואָס האָבן יאָ געהערט זיינען דאָס געווען פאַר זיי ניט פאַרשטענדליכע ווערטער.
און באַלד נאָך די קורצע שטילע ווערטער פלעגט ער זאָגן הויך דייטליך קלאָר:
לחיים! דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז דער אמיתית'דיקער זמן שמחתינו זאָל נמשך ווערען אויף אַלע אידן אין אַלע ערטער וואו זיי געפינען זיך.
די המשכה זאָל זיין אַ המשכה כפולה ומכופלת, כפולה מיינט צוויימאָל, ומכופלת מיינט צוויימאָל צוויימאָל.
דער עומק פון דעם טייטש וואָרט איז אַז אין די גשמיות פון חומריות זאָל זיך דערהערן די רוחניות, וואָס דאַן ווערט אין די חומריות הגשמי נתגלה און מאיר דער גילוי עצמותו יתברך.
און דאָס איז דער פירוש פון דעם וואָרט אין גשמיות און אין רוחניות, אַז הן די גשמיות און הן די רוחניות זאָל זיין ווי דער אויבערשטער וויל.
הערות
- 6. ראה אודותו לקמן ע' 392. ע' 395.
- 2. ר' ניסן סקאַבלאָ. — ראה אודותו — לעיל ע' 41. וש"נ.
- 7. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
- 8. ראה אודותה לעיל ע' 14. וש"נ.
- 9. ראה גם רשימת ליל ש"ק פ' החודש תש"ב ("רשימות" חוברת קנו ע' 5): "די באָבע — אשת מהרשנ"ע — פלעגט לייענען שבת צאינה וראינה, שארית ישראל, יוסיפון — כ"ז [ב]אידית כו'".
- 10. נסתלקה יו"ד שבט תרע"ד.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.