358
שמחה איז שמחת הוי' און שמחת ישראל1.
ימי השנה זיינען איינגעטיילט אין זמנים שונים, ימי החול, ימי שבת, חדש אלול, וואָס ווערט געטיילט אין צוויי זמנים, א) ימי חשבון מצב הרוחני, ב) ימי בקשת סליחה. און חדש תשרי וואָס ווערט געטיילט, א) ר"ה, קבלת מלכותו ית', ב) יום הכיפורים, ג) סוכות.
יעדער זמן פון די ימי השנה ווערט אָנגערופען מיט אַ שם היחס וואָס איז געבונדען מיטן עם ישראל.
דאָס מיינט אַז לבד דעם יחס היום פאַר זיך אַליין וואָס ווערט באַצייכנט מיט די נעמען יום ראשון, שני, שלישי, רביעי, חמישי, ששי, און שביעי, און חוץ דעם שם וואָס איז געבונדן מיט די ימי החודש זיינען אויך פאַראַן זמני היחס.
מיט אָט דער קורצער און שארפער הערה און הארה יסודית וועלן מיר מער אָדער ווייניקער פאַרשטיין דעם נקודה עיונית וואָרט וואָס איך האָב אייך איבערגעגעבען וואָס מיר האָבען זוכה געווען צו הערן ליל א' דסוכות.
ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט די ערשטע דערמאָנטע משנה האָט ער מכבד געווען די צוהערער מיט דער צווייטער משנה, ווי עס איז געווען פאַרשריבן בקיצור באַ מורי הרנ"ס2.
(משנה ב).
דער זמן שמחתינו איז דער זמן פון אונזער שמחה עצמית. וואָס מיינט אונזער שמחה עצמית, די שמחה אויף התגלות העצמות, אָט דאָס וואָס יום כיפור קומט מען צו דעם כי בענן אראה3, וואָס עצמות כביכול איז זיך משעבד צו ישראל אַז עס זאָל זיין אראה און אויף דעם איז די שמחה סוכות, די התגלות העצמות.
ב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַמאָלסט געזאָגט אַז די המשכה ווערט נמשך דורך די רביים און האָט אויסגערעכענט אַלע רביים זי"ע.
ג. אונז רופט מען חב"דניקעס, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ממשיך געווען אַ חב"ד'ניק מיינט ניט דוקא דער וואָס דאַוונט באריכות, נאָר יעדערער וואָס דאַוונט אין אַ חסידישן בית המדרש. יעדערער וואָס שטאַמט פון חסידישער גזע, צי דער פאָטער, דער פעטער אָדער אַ זיידע איז געווען אַ חב"ד'ניק ווייס פון אַ חסידי'שן קרעכץ.
אַ חסידישער קרעכץ איז ניט אויף אַ בולבע.
אַ חסידישער קרעכץ איז אָדער אויף דעם וואָס ער האָט אַזעלכע מדות אָדער אייגענשאַפטען הן אין דיבור און הן אין מעשה וואָס מען בעדאַרף ניט האָבן, אָדער אויף צו וויסן ווי מען בעדאַרף זיין.
אַ חסידישער מחונך טענה'ט אָפטער איין מיט זיך אַליין, וואָס ווערט דערפון אַז זיין קריאת שמע שעל המטה איז בעסער ווי באַ דעם וואָס זאָגט אָפּ די ווערטער פון ק"ש און האָדיע.
אָבער באַ דעם וואָס לייענט ק"ש און יעדער וואָרט בייסט אים און שטעכט אים, און דער בייסן קומט ניט מבחוץ נאָר מבפנים, וואָס מאַכט אַ אַנדער מין שלאָפן, און אַז דער שלאָפן איז אַנדערש זיינען די חלומות אַנדערע און דער אויפשטאַנד אַן אַנדערער און במילא איז
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.