357

אשרי האיש, גליקלעך איז דער וואָס האָט זוכה געווען צו זיין אין ליובאַוויטש, עיר הבירה פון חסידות חב"ד, עבודת התפלה און מדות חסידות.

באַ חסידי חב"ד וואָס זיינען מחונך דורך אַ מחנך מסודר איז איינער פון די הילף מיטלען, אין דער עבודת ההכשרה צו ווערן אַ כלי קיבול צום חינוך פנימי, דער קביעות זמן, יעדער לפי ענינו, אויף צו פאַרטיפן זיך אין דעם ציור מפורט בכל פרטיו, היינו דער זמן — פון די ימי תקופת השנה — און דער מקום.

עס זיינען געווען אַזעלכע בעלי חוש וואָס די פאַרטיפונג האָט באַ זיי אָפּגעריבן דעם זמן העבר און האָבן געהאַט אַ גליקלעכען הוה ווי ער איז באַ דעם רבין ביחידות און זאָגט אַרויס פנימיות לבבו ער הערט דעם רבינס ענטפער מיט דעם מחזה פני הקודש פון רבין.

אותיות הדבור זיינען אָרעם אַרויסצוגעבן די הפלאה פון אַזאַ געפיהל, אפילו אותיות המחשבה זיינען צו ארעם אויף דעם, נאָר געפיהל אָן ווערטער קען דאָס אַרויסגעבן אין אַ געוויסן אינערליכן ציטער.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.