355
עבודה וואָס ברובם זיינען זיי באַ מיר פאַרשריבען בדיוק.
איך וויל איבערגעבען אַ סיפור פנימי ועצמי וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט איבערגעגעבען ביחידות אין אַ זמן וואָס דער טאַטע האָט אים טיטולירט בסגנונו המיוחד "שעת חדוה".
דאָס איז דער סיפור מיט דעם ביאור פנימי:
אַ27 חסיד וועלכער האָט זיך עוסק געווען בעבודת התפלה מיט אַ הקדמה יסודית איז אַריין צום טאַטען — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — אויף יחידות האָט דער טאַטע אים מבאר געווען אַ ענין עמוק אין חסידות.
איך גיב דיר איבער דעם וואָרט באותיותיו מדוייק ווי איך האָב אים מקבל געווען מיט זיין גאַנצער שלימות און תמימות בכוונה מיוחדת אַז דער וואָרט זאָל אין אַלע זמנים און אין יעדער מקום ומדינה זיין מיט דער ערשטער קדושה עצמית.
נאָך די אַלע הקדמות איז הסכת ושמע:
ממעמקים קראתיך28, היינו דער עמוק עמוק מי ימצאנו29. עמוק עמוק איז דער פירוש דער עומק — טיפקייט — פון דעם עומק, איז מי ימצאנו, דער מ"י ימצאנו, דריקט אים אַרויס, דער מי איז דער מי ברא אלה30, זעהן דעם כח אלקי המהווה אין יעדער זאַך, און קומען צו דער ראי' פנימי', איז דורך אַ ריכטיקער התבוננות איבערלייג אין השגחה פרטית וואָס יעדער מענטש לפי מצבו ועניניו געפינט דאָס. לדוגמא אַז דער מענטש לפי עניניו דאַרף יעצט זיין במקום פלוני, טרעפען זיך מיט פלוני ופלוני, און ער איז געקומען אַהער, דער מענטש מיינט אַז דאָס איז בטעות, אָבער באמת איז דאָס גאָר קיין טעות ניט, ווייל אַ איד גייט ניט אַליין, נאָר מען פירט אים. אין מחשבה הקדומה דא"ק איז ידוע וחקוק אַז בשעה פלונית וביום פלוני וחודש פלוני בעדאַרף דער און דער זיין במקום פלוני, בעדאַרף עפּעס בריינגען אין יענעם אָרט אָדער עפּעס נעמען פון דאָרט. בריינגען אַ תורה וואָרט אָדער נעמען אַ מדות טובות הנהגה די שליחות פון דער מחשבה הקדומה דא"ק איז בהעלם און דער אדם באַדאַרף דאָס מגלה זיין, וואָס דורך דעם איז ער זוכה צום טוב האמיתי אין דעם העלם העצמי וואָס אין גשם.
הערות
- 27. נמצא בשינויים בשיחת מוצאי יוכ"פ שנה זו ס"ג (לעיל ע' 346).
- 28. תהלים קל, א.
- 29. קהלת ז, כד. וראה לעיל ע' 8.
- 30. ישעי' מ, כו].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.