354

דער אוכל הנותן כח איז לחם, און דאָס איז דער עיקר הסעודה. בכדי צו מאַכען אַ גירוי אַז מען זאָל וועלען עסען, נעמט מען פאַרן עסען אַ דבר המעורר. אַזוי אויך אין לחמה של תורה, אַז מען בעדאַרף האָבען אַ דבר המגרה, און דאָס איז געוויסע סיפורים.

פון קינדווייז אָן האָבען טאַטע מאַמע און אַלע מלמדים, נוסף על סדר הלימוד באַ יעדער מלמד לפי סדרו, מיר דערציילט סיפורים.

בסדר וואָס דער טאַטע האָט מיך מחנך געווען, איז בסדר הזה האָב איך אים אַליין מחנך געווען ביז דעם זמן וואָס ער איז אַריין צו די מלמדים וואָס האָבען מיט אים געלערנט ביז איצט.

יח. דער חסיד'שער חינוך מסודר איז די התחלה סיפורים וואָס יעדער האָט דערציילט אין זיין היים פאַר ווייב און קינדער יעדען שוי"ט, וואָס ער האָט געהערט פון זיין חסיד'ישען מחנך וואָס בדידי' הוה עובדא, וואָס ער האָט געהערט פון זיין פאָטער וואָס בדידי' הוה עובדא, וואָס דער פאָטער אָדער מחנך האָבען געהערט פון זייערע עלטערען ומחנכים בתור מסורה מדור לדור.

יט. באַ חסידים לדורותם איז אַ עיקר פנימי ועצמי צו היטען די דברי רבי, ניט נאָר אין אַ מאמר חסידות וואָס מען הערט פון רבי'ן, נאָר אויך אין אַ סיפור און אין אַ תנועה פון אַ ניגון ווי דער רבי האָט געזונגען.

כ. כמה פעמים האָב איך זוכה געווען צו הערען בלשון הזה:

נאָך אַ יחידות באַ דעם טאַטען — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — פלעג איך אַרויסגייענדיק פאַרבריינגען אַ געוויסע צייט אין פאָדער צימער צו הערען דעם ניגון וואָס דער טאַטע פלעגט זינגען אומגייענדיק באַ זיך אין זאַהל.

כא. אַמאָליקע25 יונגעלייט האָבען זיך געריבען אַרום עלטערע חסידים. די עלטערע חסידים האָבען אָפּגעצאָלט דעם חוב פנימי וואָס זיי זיינען געווען מחוייב צו זייערע מדריכים און מחנכים און דעם "עפּעס" וואָס זיי האָבען גענומען, האָבען זיי מנחיל געווען לדורותיהם.

אָט דאָס איז אַ חסיד, און דאָס איז אַ חסיד'ישע מסיבה.

כב. אין איינעם אַ פאַרבריינגען באַ מיין ברמצוה זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק26:

איך האָב געקליבען ווערטער און איינצעלנע סיפורים וואָס איך האָב געהערט פון עלטערע חסידים ווי רשב"ץ, ר' חנוך הענדיל, ר' ניסן מלמד און נאָך עלטערע חסידים משכילים ובעליעבודה.

די סיפורים און די ווערטער וואָס איך האָב פון זיי אַלעמען געהערט זיינען אין צוויי הויפּט אָפּטיילונגען:

א) וואָס דער רבי האָט זיי געזאָגט ביחידות. ב) וואָס דער רבי האָט געזאָגט ברבים.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער פאַרשידענע פרטי עניני שיחות וואָס ער האָט געהערט פון חסידים בעלי

הערות

  1. 25. נמצא בשינויים בשיחת מוצאי יוכ"פ שנה זו ס"ד (לעיל ע' 346).
  2. 26. עוד שיחות ורשימות מהברמצוה — ראה קונטרס בר מצוה תרנ"ג (קה"ת, תש"ס) ע' כ ואילך. ע' סא ואילך. וראה גם לעיל ע' 192. לקמן ע' 396.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.