353
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט שטאַרק שטרענג אַכטונג געגעבען אויף מיין הדרכה פון די פריעסטע קינדער יאָהרען ביז ער האָט געמוזט — צוליב זיין שוואַכען געזונדצושטאַנד — פאָרען אין פאַרשידענע קור פּלעצער.
— איבער מיין אופן החינוך וסדר החיים פון יענעם זמן מיט די מעלות און חסרונות האָב איך פאַרצייכענט אין אַ פרטיות'דיקען שרייבען אין אַן אַנדער שריפט.
יד. חסידים וואָס פלעגען קומען אין ליובאַוויטש האָבען געוואוסט פון דעם סדר המסודר פון אַלע מאָל אָן, אַז נאָכדעם ווי מען האָט געהערט אַ מאמר חסידות האָט מען זיך באַלד געזעצט איבערריידען.
אויף דער חב"דחסיד'ישער שפּראַך פלעגט דאָס הייסען "קלייבען ווערטער".
אין דער אַרבעט פון קלייבען ווערטער זיינען דער עיקר געווען די בעלי תפיסא, מער ווי די בעלי הבנה.
חסידים לדורותיהם האָבען געלייגט דעם גרעסטען שטרענגסטען אַכט אויף שמירת לשון הרב אין אַ מאמר חסידות.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק'ס הדרכה איז — אַז מען זאָל אויך לייגען די גרעסטע שמירת לשון הרב אין אַ סיפור, אַז עס זאָל זיין מדוייק כלשון הרב מיט אַ געוויסען משבצות ערציילונג פון דעם זמן ומקום ווען און וואו דאָס האָט פּאַסירט.
טו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט מיר — אלול תרמ"ט —: מיך האָט דער טאַטע אָנגעהויבען מחנך זיין חינוך פנימי צו 9 יאָהר20.
צו דריי חדשים פון התחלת החינוך — האָב איך שוין געהאַט אַ ברייטע ידיעה אין דעם ערשטען סדר הנהגה מיוחדת לבית אבות.
דעם סדר האָט מורנו הוד כ"ק רבנו הראשון מקבל געווען מכ"ק רבו מורנו הרב המגיד ממעזריטש, מסודר ומקובל מרבו מורנו ורבינו הבעש"ט שקיבל מהבעל ח"י הידוע בפירוש וביאור המאמר ישראל אשר בך אתפאר21.
טז. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט מיר:
אין די צוויי דרגות עיקרים פון א) חכם, ב) טפש, זיינען פאַראַן דרגות שונות:
א) אַ געבאָרענער חכם, ב) אַ געוואָרענער חכם, ג) אַ געבאָרענער טפש, ד) אַ געוואָרענער טפש22.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט, אין דער שמחה ביתהשואבהפאַרבריינגען תרנ"ד: דער סדר עבודה פון חסידים בעלי עבודה אין תפלה ותיקון המדות איז ניט נאָר וואָס עס שייערט אָפּ די געבאָרענע טפשות און גסות הרוח, נאָר עס מאַכט אויך קליגער און איידעלער.
יז. אַז מורי הרשב"ץ איז געקומען קיין ליובאַוויטש לערנען מיט מיר23, איז אין דער ערשטער מסירה ונתינה וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך איבערגעגעבען צו דער הדרכה פון מורי הרשב"ץ, זאָגט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: איך געדענק וואָס דער זיידע האָט געזאָגט דעם טאַטען, ווען דער טאַטע האָט מיך געדאַרפט אַוועקגעבען צו ר' שלום מלמד24:
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.