352

מזה מובן אַז דעם יום כפור האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עפּעס געזעהען וואָס אַנדערע זעהען דאָס ניט.

אַז מען שטייט אין אַזעלכע ד' אמות דאַרף מען זיין גאָר איין אַנדערער.

יא. אַה, אַזאַ זיכרון בפרט, און אַזעלכע זכרונות בכלל.

קלוגע בעלי עבודה האָבען זיך נוהג געווען אַז לכל הפחות איין מאָל אַ וואָך האָבען זיי איבערגעלעבט בפרטות אַ יחידותזכרון.

איך זאָג איבערגעלעבט, ווייל אַזוי איז די אַלגעמיינע אויסשפּראַך. אַז מען רעדט וועגען ענינים פון עבר זאָגט מען איבערגעלעבט. אָבער באַ חסידים בעלי עבודה איז יעדער זכרון עבודה געווען אַ הווה.

אין די סיפורי הנהגות הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מזכה געווען און דערציילט מיט זיין אינערליכע דורכגעדרונגענע עבודה חיות — האָט זיך געפיהלט אין יעדען סיפור אַ הווה איבערלעבונג.

אין פאַרשידענע זמנים האָב איך מבאר געווען דעם תוכן מהות ענין פון אַזאַ אופן איבערגעבען אין אַ דערציילונג אַ ענין פנימי וואָס ביים אַרויסזאָגען יעדען וואָרט האָט זיך געפיהלט דער חיות פנימי אין אַ לבוש פון בענקשאַפט און אַ אָפּגעטראָגענער שאיפהקוקן.

אַזאַ בילד האָט שטום, אָן דיבור איבערגעגעבען דעם אליך הוי' נפשי אשא15.

יב. אַ דעתן אַ צוהערער פון אַן אַמאָליקען נקודהפנימיות'דיקען מחונך האָט בכח שכלו מצייר צו זיין דעם מהות און ציור פנימי פון אַזאַ מחונך און זיין גליקליכקייט, און פיהלט מיט גאָר אַ גרויסער בעדויערונג דעם גרויסען רוחניות'דיקען רחמנות אויף די איצטיגע דמתקרייא משכילים בפרט.

פון דעם קרעכץ בינו לבין עצמו וואָס מען הערט פון אַ אַלטען מיושב'דיקען חב"ד עובד חסיד און פון זיין צובראָכנקייט פיהלט זיך דער חב"דחסיד'ישער ירוד ירדנו, און באַ געוויסע איינצעלנע בעלי עבודה אין עבודת התפלה זאָגט זיך אַרויס אַ האַרציקער אנא16 הוי' הושיעה נא.

ס'איז זיכער אַז דער אמת פנימיות'דיקער קרעכץ פון אַ חסיד ווערט נתקבל למעלה און הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זיינען נושאים תפלה בעדו אַז בקשתו זאָל נתמלא ווערען.

אין דעם אַליין בעדאַרפען זיך חסידים פאַרטיפען, דאַן וועלען, בעזרתו ית', זיי אַליין און זייערע פאַמיליעס גליקליך בגשמיות וברוחניות.

יג. אין דעם אופן וסדר פון מיין חינוך אין די יונגסטע קינדעריאָהרען, איידער מען האָט מיך אַוועקגעגעבען אין חדר צו מיין ערשטען מלמד ר' יקותיאל17 מלמד דרדקי, איז געווען אַז מיין מוטער הרבנית18 און מיין באָבע הרבנית19 פלעגען מיר דערציילען פאַרשידענע סיפורים פון די הנהגות אין אונזער פאַמיליע וואָס לויט מיין עלטער האָב איך געקענט תופס זיין.

הערות

  1. 15. [תהלים כה, א.
  2. 16. שם קיח, כה].
  3. 17. וועגען עם זע ספר השיחות קיץ הש"ת ע' 29, 161, 171 [וראה לעיל ע' 41.
  4. 18. ראה אודותה — לעיל ע' 21. וש"נ.
  5. 19. ראה אודותה — לעיל ע' 14. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.