ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"יחורף347

347

חורף1

א. איינער פון די תורהנקודותווערטער וואָס הוד כ"ק רבנו הזקן האָט מקבל געווען מהוד כ"ק מורו מורנו הרב המגיד ממעזריטש שקיבל ממורו מורנו הבעש"ט מה שקיבל ממורו הבעל ח"י2.

— הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש גיט איבער, אין זמנים ידועים, להוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק ענינים וואָס הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אים אין זמנים שונים איבערגעגעבען מיט געוויסע ביאורים. און דער וואָרט איז איינער פון זיי —

אתפשטותא דמשה בכל דרא3, יעדער איינצעלנער איד, איש אָדער אשה, איז אַ דור, וואָס ווען זיי קומען אין זמן פון חיי משפחה על פי תורה ווערן זיי געבענטשט פון דעם משה וואָס בדורם, וואָס ער איז כל מהותו ועצמותו טאַקע אַ אור עצמי, אָבער זיין אור עצמי איז דער מאור המאיר מאתפשטותא דמשה בכל אחד ואחת בשלש האהבות: אהבת השם אהבת התורה ואהבת ישראל.

דער וואָרט, איז איינער פון די דיוקיםווערטער, ווי ער רופט זיי בסגנונו המדויק, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער אין געוויסע צייטען, און זאָגט דערביי:

דאָס וואָס איך גיב דיר איבער זאָל אין דיר פועל זיין התרחבות העמקת ותוקף הדעת, זיין בכל תוקף עוז, אין אַלע זמנים און אין יעדער מקום ווי איך האָב דיר איבערגעגעבען.

ב. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיט מיר איבער אין אַ געוויסען זמן פאַרשידענע ענינים וואָס קומען בקבלה מנשיא לנשיא, צווישען זיי די תורה האמורה, און זאָגט מיר:

אין דער יחידות וואָס איך האָב געהאַט ביים טאַטען, ווי איך האָב דיר געזאָגט, האָט ער מיר געזאָגט: דער עבודהסדר פון די ג' אהבות איז: אהבת ישראל, אהבת התורה און אהבת השם4.

הערות

  1. 1. נרשמה ע"י כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחורף ה'שי"ת — נעתקה מגוף כתי"ק. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ ה'שי"ת ע' 160 ואילך. "וכנראה שייכת ג"כ לשיחת מוצאי יום הכיפורים דהאי שתא" (סה"מ שם ע' 150).
  2. 2. מורנו הבעש"ט רופט אחי' השילוני דער בעל ח"י — חי' יחידה. דעם תואר האָט דער מיטעלער רבי מסביר געווען: אַ בעל אויף דעם אופן התגלות עצמי פון די מקיפים חי' יחידה (ספר השיחות קיץ ה' ש"ת [ע' 159. וראה לעיל ע' 232 ובהערה 18]).
  3. 3. תיקוני זהר תיקון סט (קיב, א קיד, א). ועייג"כ זח"ג רטז, ב. רעג, א. ת"ז ת"ע (קלח, א).
  4. 4. [ראה גם לעיל ע' 149)].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.