346
אַז מען האָט הוד כ"ק אאמו"ר געפרעגט: וואָס מיינט במוחש?
האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט:
ראיית פני הרב.
פון דעם איז משמע, אַז יענעם יום כפור האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עפּעס געזעהען, וואָס אַנדערע זעהען דאָס ניט.
אַז מען שטייט אין אַזעלכע ד' אמות דאַרף מען זיין גאָר אַן אַנדערער.
ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט קלייבען ווערטער און סיפורים וואָס ער האָט געהערט פון החסיד רשב"ץ4 און פון אַנדערע עלטערע חסידים. איינער פון די סיפורים איז געווען:
אַ חסיד איז אַריינגעגאַנגען צום זיידן הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אויף יחידות, האָט ער געהערט אויף יחידות — מיט דעם לשון האָב איך געהערט פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — אַ ענין5 עמוק עמוק מי ימצאנו6. דער פירוש איז, אַז דער מי איז ימצאנו. אַזוי איז דאָך דער טייטש ימצאנו מל' מציאה, אָבער דאָ האָט ער געטייטשט ימצאנו פון לשון אויסדריקען — אויסקוועטשען. דער מי קען דאָס מגלה זיין. "מי" מיינט דער מי ברא אלה, זעהען דעם כח המהווה אין יעדען גשם, זעהען דעם חיות אלקי פון יעדער זאַך און די השגחה פרטית וואָס איז דאָ אין יעדער זאַך. לדוגמא, אַז דעם מענטש דוכט זיך אַז ער דאַרף גאָר יעצט זיין אין אַן אַנדער אָרט און ער קומט גאָר אַהער, מיינט ער אַז דאָס איז דורך אַ טעות. אָבער דער אמת איז, אַז עס איז גאָר קיין טעות ניט. אַ איד געהט ניט אַליין, נאָר מען פיהרט איהם. ער דאַרף זיין דא, ווייל ער דאַרף עפּעס נעמען פון דאַנען, און ער האָט עפּעס געבראַכט אַהער, ווייל אַ איד וואו ער גייט בריינגט ער עפּעס. נאָר דאָס איז בהעלם, דער נעמען פון דאַנען איז אויך בהעלם, אָבער ער דאַרף דאָס אויספּאַקן, ער דאַרף דאָס מגלה זיין, וואָס ער האָט פון דאַנען גענומען.
ד. אַמאָליקע יונגעלייט האָבען זיך געריבען אַרום עלטערע חסידים. די עלטערע חסידים האָבען זיי געגעבען און די יונגעלייט האָבען עפּעס גענומען, און דעם "עפּעס" האָבען זיי מנחיל געווען לדורותיהם.
אָט דאָס איז אַ חסיד, און דאָס איז אַ חסיד'ישע מסיבה.
ה. (כ"ק אדמו"ר שליט"א צוה לנגן, ואמר:)
יעצט דאַרף זיין מהירות. די ד' ימים — בין יוכ"פ לסוכות — זיינען דאָך כנגד די ד' אותיות פון שם הוי'7, און איצטער — מוצאי יוכ"פ — איז דער קוצו של יו"ד, אָבער דאָס איז אַ אור מבהיק.
מען דאַרף זינגען אַ פנימיות'דיגען ניגון וואָס — (והראה בידו הק') — זאָל דורכנעמען.
ו. (אחר ברכת המזון על הכוס — הכוס לא שתה בעצמו, כי אמר שקשה לו לשתות כעת יין, ונתן אחר ברהמ"ז את הכוס לאחד מהמסובים שיעשה הברכה בפה"ג וישתה — אמר:)
הערות
- 4. ראה אודותו — לעיל ע' 12. וש"נ].
- 5. דעם לשון המאמר בדיוק זע די אויבענדערמאָנטע רשימה [סה"מ ה'שי"ת] ע' 167 [לקמן ע' 355].
- 6. [קהלת ז, כד. וראה גם לעיל ע' 8].
- 7. [ראה סה"מ תרח"ץ ע' סז. אגרות-קודש ח"א ע' קצד. ח"ג ע' תפג ובהערה 8 שם. ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 25. תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 161].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.