345

שיחה1

מוצאי יו"כ תש"י, בסעודה2

— לויט אַ פערצייכנונג פון די הערער —

א. פון די חושים מיוחדים וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט ער גערעכענט דעם חוש הציור אין דיבור3, דעם כח אַרויסצוטראָגען אין דיבור אַ זאַך כאלו ווי דאָס לעבט. אין ציור איז דאָך דער עיקר דער חיות פון דער זאַך. דער צמצום און כיבוש — אַיינקוועטשען — פון דעם גולם און דער אַרויסבריינגען פון דעם חיות.

דער גולם מוז זיין, ווייל אין חיות אַליין איז ניט שייך קיין ציור, אָבער דער עיקר איז צו מגלה זיין דעם חיות פון דעם, ביז וואַנען דער גשם ווערט אַ חי. דער גולם איז דאָך עפר ווערט דאָס אַ חי. ניט נאָר דער גשם ווערט חי נאָר דער חומר ווערט חי. ער דערהערט די הפלאה פון חומריות על הגשם און דאַמאָלסט דערהערט זיך אין דעם גשם אַ אור וחיות פנימי.

ב. דעם וואָרט האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט מיט צענדליקער יאָהרען צוריק מוצאי יוהכ"פ, און האָט דערביי געזאָגט:

היינטיגען יום כיפור האָב איך דעם ענין דערהערט במוחש. וויסען דעם ענין האָב איך געוואוסט פריהער אויך, נאָר במוחש איז דאָס ביי מיר נתחדש געוואָרען היינטיגען יוכ"פ.

הערות

  1. 1. נדפס עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו בסה"מ תשי"א ע' 41 ואילך.
  2. 2. בעמערקונג: אַ טייל פון דער שיחה איז אריין אין דער רשימה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וועלכע איז געדרוקט אין קונטרס ב' ניסן השי"ת (קונטרס עו) [נדפס לקמן ע' 347 ואילך.
  3. 3. ראה גם שיחת ליל שמח"ת שנה זו (לקמן ע' 373).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.