345
איך רייד דאָ ניט פון דעם ענין פון געלט געבען נאָר איך מיין אין דעם וועלען תורה. אַז ביי אייך מאַכט זיך איהר באַגעגענט זיך מיט נאָך אַ אידען דאַרף מען איהם פרעגען וואָס טוסט דו פאַר תורה, איך האָב געלויבט השם יתברך געטאָן דאָס און דאָס און וואָס טוסט דו?
איך רייד דאָס וועגען תורה בכלל און בפרט תומכי תמימים וואָס איז דאָך אַ אַלטער מוסד וואָס דער טאַטע האָט מייסד געווען און מיט טרערען געבעטען דעם אויבערשטען בזכות פון די הייליגע עלטערען ער זאָל מצליח זיין הן צו די תלמידים אין גשמיות און עס זאָל זיך אָנזעהן אין רוחניות און הן פאַר די וואָס וועלען מחזיק זיין תומכי-תמימים, זיי און זייערע בני בית זאָלען מצליח זיין בגשמיות וברוחניות און די ברכה ווערט מקויים בכל עת ובכל זמן.
מיט דעם כח וואָס מען האָט מיר געגעבען אויף צו בענטשען אנ"ש, מחזיקי תורה און אידען בכלל — בענטש איך אייך אַז דער אויבערשטער זאָל אייך אַלעמען געבען אַ שנה טובה ומתוקה, אַ חתימה וגמר חתימה טובה אין אַלע ענינים, אייערע ענינים זאָלען זיין ווי על פי תורה, איהר זאָלט האָבען אַ געשמאַק אין אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.
ברוכים תהיו בגשמיות וברוחניות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.