344

די רייד

פון ליובאַוויטשער רבי'ן שליט"א פאַר אַ גרופּע עסקנים פון דעם מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש

מיטוואָך, פ' האזינו, ה' עשי"ת, תש"י1

ברוכים הבאים!

איהר אַלע זייט ביי מיר זייער חשוב'ע געסט. אהבת ישראל — האָלט האָבען אַ אידן, איז אַ געבוירענע זאַך ביי יעדער אידיש קינד אָן אונטערשייד צווישען שפל שטאַנד און יחוס שטאַנד.

אונזער אַלגעמיינער טיטול איז יוד, וואָס אַלע ווייסען די הפלאת המעלה פון אות יוד לגבי אַנדערע אותיות אַז אַלע אותיות איז זייער תמונה הויבט זיך אָן מיט דעם נקודת היוד2.

צו אונז גזע הוד כ"ק רבינו הזקן איז איבערגעגעבען אַ וואָרט וואָס הוד כבוד קדושת רבינו הזקן האָט מקבל געווען פון זיין רבי'ן הוד כ"ק רבינו המגיד ממעזריטש וועלכער האָט דאָס וואָרט מקבל געווען מהוד כבוד קדושת מורנו הבעל שם טוב.

דער ערשטער אות פון שם הוי' איז דער אות יו"ד ווייל אַ איד איז דער טעם און כוונה פון בריאת העולם, און די תמונה פון אות יו"ד איז מגלה און דערקלערט די כוונה צוליעב וואָס השם יתברך האָט באַשאַפען די וועלט. דער קוץ העליון איז מרמז אויף דער כוונה וואָס עלה ברצונו יתברך צו באַשאַפען דעם עולם הגשמי, און דער קוץ התחתון איז מורה אויף דעם יש הגשמי, און ווען מען פירט דורך אין דעם וועלטליכען גשמיות'דיגען לעבען די כוונה העליונה צוליעב וואָס השם יתברך האָט באַשאַפען די וועלט איז דאָס דער ריכטיקער תמונת היו"ד. יעדער איז לפי מצבו ולפי ענינו, דאָס הייסט לפי העבודה וואָס זיין נשמה בעדאַרף דורכפירען בעלמא דין להצלחה און דער יסוד מוסד איז החזקת לומדי תורה ביראת שמים.

באַ תורה שטייט כי טוב סחרה מכל סחורה3, תורה איז אַ מזומנ'ע סחורה ווי אַ סוחר לויבט זיין סחורה דאַרף איך אייך ניט מבאר זיין. איך האָב אָפטערס געהערט ווי אלטע גרינדליכע סוחרים פירען זיך, ווען איינער קומט צו אַ סוחר און בעט ער זאָל אים געבען סחורה, ער באַדאַרף האָבען אַ היבשע ביסעל ווייל אַלע פרעגען זיך אויף דער דאָזיגער סחורה, ענטפערט דער גרויסער סוחר, וואָס זאָגסטו אויף איהם, ער וויל אַ היבשע ביסעל סחורה, מיין סחורה איז דאָך מיט גאָלד צוגלייך און אַז איך וועל דיר געבן אַ לעק סחורה האָט דאָך דאָס אויך זייער אַסך די ווערט, דו וועסט די ביסעל אויך צוצוקערען, כי טוב סחרה מכל סחורה, דער אמת'ער טוב סחרה מכל סחורה זאָגט ער אויף תורה.

איך בין זייער צופרידען פון אַייער אַרבייט פאַר תורה, איך מיין ניט פון דעם וויפיעל געלט איר גיט, איך ווייס ניט צו איהר גיט גענוג וויפיעל איהר דאַרפט געבען, דאָס דאַרף מען פרעגען ביי דעם מנהל, איך מיין פון אַייער איבערגעבענקייט, דאָס איז העכער פאַר אַלץ.

הערות

  1. 1. נדפס בלקו"ד ח"ג תקסט, ב.
  2. 2. ראה גם אגרות-קודש ח"ט ע' תפה. ועוד.
  3. 3. פיוט "שישו ושמחו בשמחת תורה". וראה גם שיחת י"ט אלול תש"ח (לעיל ע' 267).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.