339
הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מקבל געווען אין יאָהר תקכ"ה, ח"י אלול, ווען ער איז געוואָרען אַ בן עשרים.
* * *
אונזער געבורט און וואוינארט, די וויגעלע פון חסידות חב"ד — ליובאַוויטש — איז געווען אין מאָהליווער גובערניע, און די שטעטעל ליאָזנא איז געווען אין וויטעבסקער גובערניע, אָבער אין די אינערליכע סדרים זיינען זיי געווען ווי אַלע קליינע שטעטלעך אין יענער צייט, הילצערנע הייזער געדעקט מיט דראניצעס, און די הייזער פון די זייטיקע גאַסן געדעקט מיט שטרוי, וואָס דאָס איז געווען די הויפּטסיבה פון די אָפטע שריפות, וואָס האָבן געמאַכט פיעל זאָרג אין דעם אופן השמירה פון די כתבים און האָבן געבראַכט פיעל הזיקות.
כהיום איז פריש אין זכרון די איבערגעשראָקענע פנים'ער און די בהלהגעשרייען "עס ברענט".
און נאָך אַלע שמירות האָט מען — לא עתה — געליטען גרויסע כתבים און ספרים הזיקות. צווישען זיי אויך אַ סך פון די ביאורים.
* * *
אין מיין יומן איז פאַרשריבען דער סדר השמחה בצנעה און די דבורי קודש וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר דאַן — יב תמוז תר"ן — דערציילט, פון דעם אריכות הסיפור וואָס הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש האָט אים בלחש איבערגעגעבען, וואָס הוד כ"ק אביו אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אים דערציילט אין דעם יום הקדוש ווען עס איז נתמלא געוואָרען הונדערט יאָהר זינט די התגלות נשמת כ"ק רבינו הזקן.
וזה לשונו הקדוש: אין דעם דאָזיקען יום הקדוש איז געווען אַ שמחה כפולה אין אַלע עולמות בדרך העלאה מלמטה למעלה און בדרך המשכה מלמעלה למטה.
אין דעם יום הקדוש בן מאה פון גילוי נשמת רבינו בעלמא דין4 איז אַ גילוי שמחה כפולה, שמחת הנשמה און שמחת העולם. די שמחה פון דער נשמה איז וואָס זי האָט דורכגעפירט איר שליחות אין דער התגלות אין עולם החומרי, און שמחת העולם פון דעם וואָס די חומריות העולם האָט ממלא געווען די כוונת ההעלם.
דער גילוי השמחה פון אַ נשמה בכלל און פון נשמת הצדיק בפרט און פון נשמת נשיא עדת ישראל בפרטי פרטיות איז מגלה אור וחיות פנימי אין תלמידיו ותלמידי תלמידיו לדורי דורות.
* * *
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זאָגט מיר — י"ב תמוז תרנ"ה —, דער טאַטע — הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — האָט מיר געזאָגט בשם דעם זיידען — רבינו הצמח צדק — אַז הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אין אַ געוויסער צייט געזאָגט אים און דעם שווער — כ"ק אדמו"ר האמצעי:
אַז ווען אין לבושי הנשמה פון נר"ן איז עפּעס ניט מובן ומושג אַ ענין אין השכלה והבנה, איז דאָס אַ עונש אויף דעם העדר עבודה אין עבודת התפלה. די עצה לזה איז תשובה פנימית, וואָס מען בעדאַרף מעורר זיין פנימית הנשמה. דאָס מיינט מקיפים עצמי' חי'
הערות
- 4. נולד ביום ד' חי אלול שנת תק"ה. וראה שיחת חי אלול ה'תש"ה (ליקוט כ"ה) אות ח' [ספר השיחות ה'תש"ה ע' 127] שנשמה חדשה צריכה הכנה מקודם שלש שנים, ואולי זהו הדיוק כאן "בעלמא דין".
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.