338
רשימה1
— ניתנה מכ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע ליום חי אלול תש"ט —
— נעתקה מגוף כתי"ק —
מנהגן של ישראל תורה היא2. האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט — י"ב תמוז תר"ן — צוויי פירושים אין דעם: א) דער מנהג אַליין איז תורה3. ב) דאָס וואָס מען היט אָפּ אונטער אַלע אומשטענדען דעם מנהג ישראל, איז דאָס אַליין תורה.
דברי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האמורים זיינען דייטליך קלאָר, אַז זיי דאַרפען ניט קיין ערקלערונג בכלל און בפרט מען זאָל דאָס דאַרפען מבאר זיין בהטעמה.
* * *
בעלי עיון אין לימוד התורה און בעלי חריפות, זיינען צוויי דרגות חלוקות אין סוגי השכלה. עס גיבט בעלי עיון וואָס יעדער עיון שכלי קוועלט באַ זיי און ווערט באַרייכערט מיט שכלים עיוניים אין אַ אופן פון שאלה ותשובה, וואָס יעדער אופן השכלה איז אַ געוויסע שליבה — טרעפּ — צו דער צווייטער דרגא השכלה. דאָס מיינט אַז די צווייטע השכלה איז אַ געוויסע תולדה שכלית פון דער ערשטער השכלה. די צווייטע השכלה איז געוויס רייכער אין איינעם פון די דריי חלקי חב"ד וואָס אין השכלה, אָבער בכללות איז דאָס אין די ראַמען פון דעם ענין שכלי אין וועלכען ער איז זיך עוסק.
דער ענין פון בעלי חריפות איז גאָר אַ בעזונדער סוג אין בעלי השכלה. תמורת דעם וואָס דער בעל העיון איז די טיפסטע השכלה חידושים זיינע, אין די אַלע דריי טיילען חב"ד, מיט צוגענגליכע ביאורים און הסברים; איז באַ די בעלי חריפות, איז זייער חב"ד איז געוויסע השכלות און המצאות אין אַזעלכע שכלים נפלאים וואָס מען קען מיט זיי דערקלערען כמה עיונים פון השכלות נסתרות.
די צוויי השכלה דרגות, בעלי עיון ובעלי חריפות, זיינען חלוק אין די חלקי דרגות פיהלען און פאַרשטיין, וכן חלוקים באַ חסידי חב"ד בעלי עבודה — אין אריכות התפלה און בירור וזיכוך המדות.
* * *
מנהגן של תלמידי הוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' נשיאי חב"ד, אַז יעדער אייינער האָט בדורו מדייק געווען, מיט אַ געוויסען הדרכה ביאור בעל פה, אין אַ שיחה ברבים, אָדער דורך אַ געשריבענעם בריף אָדער קונטרס, אַ הנהגה אָדער אַ התעוררות וואָרט פון איינעם פון הוד כ"ק נשיאי חב"ד אָדער מוריהם רבינו הבעש"ט אָדער רבינו הרב המגיד ממעזריטש זי"ע.
די אויבענדערמאָנטע הדרכה — ביאורים פאַרנעמען דעם גרעסטען בעסטען פרוכטבאַרן פּלאַץ אין עדת חסידי חב"ד, פון דעם ערשטען טאָג וואָס
הערות
- 1. נדפס בסה"מ ה'שי"ת ע' 286 ואילך עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו.
- 2. תוד"ה נפסל מנחות כ, ב: מנהג אבותינו תורה היא. וראה ג"כ מנהגים ישנים מדורא ע' 153. מהרי"ל הובא ברמ"א בשו"ע יו"ד סשע"ו ס"ד [וראה לקמן ע' 348].
- 3. [ראה גם שיחת ג' אדר שנה זו (לעיל ע' 303)].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.