337
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט ניט וועלען מ'זאָל דערפון וויסען. דערפאַר זיינען די דריי ספרים געלעגען ביי אים אין שופלאָד פון זיין טיש. אין שופלאָד זיינען געלעגען פערשידענע צדקה געלדער, זיינען די דריי ספרים אויך דאָרט געלעגען, און ער פלעגט אין זיי אַריינקוקען פאַר יחידות און פאַר קשהמ"ט, וויפיעל ער האָט אין זיי געלערענט, צי אַ עמוד, צי עטליכע שורות אָדער אַ ענין ווייס איך ניט, נאָר ער פלעגט עפענען די דריי ספרים און עפּעס לערנען אין זיי.
עס איז נויטיג ונכון הדבר, אַז חסידים זאָלען האָבען ביי זיך די דריי ספרים און, איבער טעמים ידועים, ניט איינבינדען זיי בכרך אחד. לערנען אין זיי כמה שירצה, אָבער עס זאָל זיין געלערענט, אַלע טאָג, לכל הפחות אין שבתות וימים טובים און בזמנים ידועים.
כ. ביי חסידים איז פאַראַן אַ טייטש אויף דעם וואָרט וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן זאָגט16: כל החיל אשר נגע יראת ה' בלבו — חסיד'ישע קאָזאַקען. ביי אַ קאָזאַק איז דער פערד בטל צום רוכב. ער — דער פערד — איז ניט קיין נפרד, ער לויפט אַנטקעגען פייער, ער שטעלט זיך ניט אָפּ פאַר קיין זאַך. ער לויפט אַנטקעגען דעם פייער מיט שמחה און ווען דער קאָזאַק איז מנצח זיין מנגד איז ער צופרידען און פרעהט זיך אויף זיין שפּראַך. דאָס איז דער ביטול המרכבה אל הרוכב.
כא. אַה, מען דאַרף האָבען אַ געשמאַק אין אַ אידען. אפילו ווען יענער איז ניט ווי עס דאַרף צו זיין, דאַרף מען וויסען אַז דאָס פעלט ביי זיך, יענער ווייס ניט וואָס ער ווייס, ווען יענער וואָלט וויסען וואָס ער ווייס וואָלט ער אַ ודאי אַנדערש געווען. ווען ער אַליין וואָלט געווען ווי עס דאַרף זיין וואָלט זיך יענער פון אים אָפּגעלערענט.
כב. חסידים זיינען ניט פויל, נאָר מען פאַרשפּיעלט זיך.
כג. (לההתועדות נכנס קהל רב והיה צפיפו' גדולה למאד, ואמר אחד מהמקורבים: צו אַ גרויסער עולם. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אין קדושה איז וואָס מעהר — אַ מעלה.
כד. (לאחר שניגנו את הניגון של ד' בבות מאדמו"ר הזקן, אמר:) דער זכות פון רבי'ן זאָל מגין זיין, עס זאָל נמשך ווערן צו יעדען און זיינע בני בית הצלחה בגשמיות וברוחניות, מען זאָל נעהנטער ווערען צו דעם גילוי אור המשיח.
כה. (לאחר ההתועדות כשמזג מכוסות אחדים שלו יי"ש ושפך לבקבוק לחלק לאנ"ש ונשאר מעט מכוס א' שפכו ג"כ ואמר:) מען דאַרף מייקר זיין אַ טראָפּען.
כו. (הנאספים התחילו לצאת מהחדר בניגון "כי בשמחה וגו'", אמר:) אַוועקגיין, אָבער ניט אַרויסגיין. מען דאַרף זיך שוין נעמען צו דער אַרבעט.
הערות
- 16. שו"ע שלו חאו"ח מהדו"ב ס"א ס"ב. בסידורו הערה לתיקון חצות בסופה. אגה"ק ס"ל. וראה ג"כ קונטרס י"ב תמוז [תש"ט, שיחת י"ב תמוז] תש"ח [לעיל ע' 251. וראה סה"מ תרפ"ט ע' 126. ספר השיחות תש"ב ע' 114].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.