336

בגשמיות וברוחניות. זיי וועלען דאָס זעהן במוחש, זיי וועלען האָבען אַ הצלחה בלתי מוגבלה.

מען דאַרף טאָן. טאָן מיט מסירת נפש, אָפּרייסען פון עסען, אָפּרייסען פון שלאָפען, אָבער ניט פון דעם זמן וואָס מען דאַרף האָבען פאַר די בני בית, מיט די בני בית דאַרף מען ריידען און מדריך זיין זיי בדרכי החסידות.

טז. קליינערהייט איז ביי מיר געווען אַ חקירה צי מלאכים ווייסען חשבון, מלאכים ווייסען דאָך אַלץ, צי ווייסען זיי אויך חשבון. האָב איך דאָס געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט ער מיר געענטפערט: צי מלאכים ווייסען חשבון. — אָבער ברור הדבר אַז מלאך מיכאל מאַכט אַ חשבון פון יעדען קאַפּיטל תהלים וואָס מען זאָגט און דערפון מאַכט ער אַ הענגלייכטער וואָס בעלייכט למעלה, אין עולם, אים און לדורותיו.

איך בין נאָך דאַמאָלסט געווען זעהר יונג; דאָך פלעגט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אָפט פרעגען, וואָס הערט זיך מיט דעם "הענגלייכטער".

יז. מיין חסיד'ישער חינוך הפרטי ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט זיך אָנגעפאַנגען אין יאָהר תרמ"ט11.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט דאַן ביי מיר פרעגען, וואָס געדענקסטו12? און פלעגט מיר נאָכדעם מסביר זיין די ענינים וואָס איך האָב זיך דערמאָנט פון אַמאָל.

דער וואָרט: וואָס געדענקסטו? איז מקובל פון זיידען הצדיק ר' ברוך — דער פאָטער פון אַלטען רבי'ן — וואָס דער בעש"ט האָט דאָס ביי אים געפרעגט. אַזוי האָט דער בעש"ט געפרעגט ביי אַלע זיינע תלמידים. און בעת די ערשטע יאָהרצייט פון בעש"ט אום שבועות13, ווען דעם בעש"ט'ס זוהן הרה"ק ר' צבי האָט זיך אויפגעשטעלט און געזאָגט אַז די גאַנצע פמליא של מעלה האָט זיך איבערגעטראָגען צום מעזריטשער, האָט דאַן דער מעזריטשער מגיד אויך געפרעגט ביי אַלע זיינע תלמידים: וואָס געדענקסטו?... און אַזוי האָט געפרעגט הוד כ"ק רבינו הזקן ביי זיינע תלמידים און אַז מען האָט געענטפערט אויף די שאלה, האָבען זיי מסביר געווען וואָס מען האָט ניט פאַרשטאַנען.

יח. איך נעם אויף זיך, בל"נ, אַרויסגעבען אַ ספר הליקוטים פון די מאמרים פון קודם הברמצוה און פון לאחר הברמצוה14.

יט. עס איז שווער צו מגלה זיין, נאָר מען קען ניט מעלים זיין, און בפרט מצד אהבת ישראל, אהבת השם, און ווי עס איז מקובל ביי חסידים, אַז אַ מקובל'דיקער וואָרט איז פועל, דערפאַר וויל איך דאָס מגלה זיין:

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אָפט אַריינקוקען אין די דריי ספרים: כתר שם טוב, אור תורה15 און תניא.

הערות

  1. 11. ראה גם רשימת חורף ה'שי"ת (לקמן ע' 353). וראה רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 241. לעיל ס"ע 64].
  2. 12. ראה לעיל ע' 41. וש"נ.
  3. 13. ראה בכל זה תורת שלום ספר השיחות ע' 94, 324 [ובהוצאת תשי"ז ואילך: ע' 8483]. התמים ח"ב ע' מו.
  4. 14. בשנת תש"ס יצא לאור (בהוצאת קה"ת) קונטרס "בר מצוה תרנ"ג" הכולל מאמרי הבר מצוה.
  5. 15. מערכת "אוצר החסידים" מכינה עתה לדפוס הוצאה חדשה ומוגהת מספר זה [נדפס בשנת תשל"ג — שנת המאתיים להסתלקותהילולא של הרב המגיד ממעזריטש].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.