334

נה"י דערהערט זיך דער גילוי פון עצם הנפש.

ג. עס איז שווער צו רעדען, און בפרט צו מאָנען, ובפרטי פרטיות צו מאָנען ביי יענעם.

זעהט, לעבט אַליין און מאַכט לעבען אַנדערע.

ד. מען לערענט חסידות, אָבער מען "דאַווענט" ניט.

עס וועט דאָך ניט אַרויסקומען אין גאַס, קען מען דאָך זאָגען: אַז מען לערענט חסידות און מען דאַווענט ניט — באריכות — לייגט ער אַריין דעם אור החסידות אין אַ כלי מאוסה. מען דאַרף דאָך זיין אַ שומר פיו וכו' זאָג איך אַ כלי לא טהורה. איך וויל ניט פאַראומרייניקען מיין מויל צו זאָגען אַ פאַרפּאַטשקעטע כלי.

ה. ער רעכענט אַז ער פאַרשטייט חסידות, אָבער באמת ווייס ער ניט דעם פירוש המילות, אפילו דעם אלףבית אויך ניט.

ו. ווען מען וואָלט געטאָן אין עבודת התפלה, ווען מ'וואָלט געדאַווענט באריכות וואָלט דאָס אראָפּגעקומען אין יר"ש, אַז אַ הגה"ה און אַ יש אומרים פון שולחן ערוך וואָלט אים נוגע געווען.

אַז מען וואָלט געטאָן אין עבודת התפלה און מ'וואָלט וויסען וואו מען האַלט, וואָלט מען ניט דערעסען ניט דערשלאָפען, מען וואָלט געווייטאָגט, עס וואָלט ניט איינגעגאַנגען קיין שום נחת, אפילו ניט קיין נחת פון קינדער, וואָס דאָס איז דאָך דער גרעסטער נחת אַז קינדער גייען בדרך הישר, איז אפילו דער נחת וואָלט ניט איינגעגאַנגען.

ז. אַה, אַמאָל פלעגט זיין פול די שוהלען פון דאַוונער, מלמדים פלעגען דאַוונען אַלע טאָג. אָבער שבת, ראש חודש, ימים טובים, אַ יומא דפגרא פלעגט זיין פול די שוהל מיט דאַוונער. ניט נאָר וואָס מען האָט געזאָגט די עברי פון דאַוונען, נאָר מען האָט געדאַווענט און געשוויצט, ניט נאָר אַליין געשוויצט, נאָר אויך די ווענט האָבען געשוויצט. די ק"ש שעל המטה איז געווען ווי עס דאַרף צו זיין, דער חשבון הנפש פון פאַרגאַנגענעם טאָג, ווי אַזוי און מיט וואָס דער טאָג איז דורכגעגאַנגען. אַזוי ביי דעם מלמד, נאָכ'ן אָפּלערנען אַ גאַנצען טאָג איז ביי אים געווען דער חשבון, און אַזוי אויך ביי דעם בעל עסק.

ח. מען דאַרף דאַוונען, מען דאַרף טאָן אין עבודת התפלה, האָרעווען אויף דאַוונען.

עבודה איז אַרבעט, אַזוי ווי אַ אַרבעטער, עס קומט פאַרטאָג גיט ער אַ קרעכץ, ער וויל נאָך שלאָפען, חאָטש נאָך אַ 15 מינוט, עס ברעכט אים די ביינער, ער וויל זיך נאָך אויסרוהען, אָבער ער דערמאָנט זיך אַז ער מוז גיין צו דער אַרבעט; אַזוי איז אויך עבודת התפלה, דאַוונען איז אַ עבודה, ניט דאַוונען ווי אַ פידעלע.

מען דאַרף האָרעווען פאַר'ן דאַוונען, מ'דאַרף האָרעווען אין דאַוונען און מען דאַרף האָרעווען נאָכן דאַוונען צו בעטראַכטען זיך וואָס האָב איך אָפּגעהאָרעוועט, בכדי אַז במשך כל היום זאָל זיך אנהערען דער דאַוונען ביי יעדערער כפי ענינו.

ט. חסידים בכלל און תמימים בפרט דאַרפען אָנהויבען דאַוונען באריכות. ווען חסידים וואָלטען וויסען ווי זייערע עלטערען און די צדיקים אין גן עדן וואַרטען אויף זייער דאַוונען וואָלטען אַלע געדאַווענט באריכות.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.