332
שטעכט ער זיך. אַי יענער דערהערט — נו...
און אַזוי אַלץ וואָס ער טוט איז דאָס אַ הכנה צו שבת, און יעדערער איז זיך מכין לפי ערכו.
מען דאַרף אָנפאַנגען ביי דער מעלה פון אַ אידען.
כ. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט ביי אַ פאַרבריינגען, וואָס ער האָט געהערט פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש אויף יחידות אין נאָמען פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק, וואָס ער האָט מקבל געווען פון הוד כ"ק רבינו הזקן:
אַ איד איז אַ כלי צו עצמות אין סוף, נאָר מען דאַרף אַראָפּנעמען די מסכים אַז עס זאָל נתגלה ווערען דער עצמי. דער רבי — הוד כ"ק רבינו הזקן — האָט דאָס ממשיך געווען צו חסידים דורך חסידות לדורותיהם.
דער ענין פועל'ט צוויי ענינים: עס פועל'ט אַ חיזוק און עס צוברעכט, עס גיט אַ חיזוק, דאָס וואָס מען ווייס אַז מען איז אַ כלי צו עצמות, און עס צוברעכט אַז מען באַטראַכט זיך, אַז עס איז אַדורכגעגאַנגען אַ טאָג און מען איז ניט דערפאָרען.
כא. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל געזאָגט: רז"ל זאָגען19 אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם, ואם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים, ולא כחמורו של רבי פנחס בן יאיר.
רפב"י האָט זיך עוסק געווען אין הצלת נפשות20. זיין שכר וואָס מען האָט אים געגעבען מלמעלה איז געווען, אַז ער איז געוואָרען אַ בעלהבית אויף זיין חמור.
עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זיינען זיך עוסק אין דעם טוב, און עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס זיינען זיך עוסק אין דעם לא טוב.
ער — רפב"י — איז געווען אַ בעלהבית אויף זיין חמור. ביי זיין חמור איז דאָס געווען ניט בהרגש הלב, נאָר בהרגש הדעת21.
אַז מען באַטראַכט די הפלאה פון דעם זעהט מען ווי מען האַלט ביי גאָרניט. ווי מורי הרשב"ץ פלעגט זאָגען: לא פגע ולא נגע22.
כב. מען דאַרף זינגען דעם רבי'נס ניגון פון די פיר פאַלען. מען זאָל אים זינגען זעהר געלאַסען און הויך ווי מעגליך. דעם פערטען פאַל איבער'חזר'ן פיר מאָל. מען מעג זיך אויפשטעלען ביים זינגען דעם ניגון.
(ניגנו בעמידה. אחרי שניגנו הניגון אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
עס איז ברור הדבר, אַ רבינס אַ ניגון הערט מען אין גן עדן העליון, דעם ניגון המיוחס — אַזוי האָבען חסידים גערופען דעם רבינס ניגון פון די פיר פאַלען — אין רדל"א, דלא ידע ולא אתידע.
א חסיד'ישער ניגון הויבטאויף דריי טפחים. אַ רבי'נס אַ ניגון מעהרער. דער ניגון המיוחס הויבטאויף פון עמקי שאול ביז תכלית העילוי. תכלית העילוי איז, אַז השכלה דערהערט זיך אין עבודה.
הערות
- 19. [שבת קיב, ב כגירסת התוס' חולין ה, ב (ד"ה צדיקים). וראה בארוכה לקו"ש חט"ו ע' 281 הערה 14].
- 20. זע חולין ז, א.
- 21. זע די ספרים וועלכע זיינען אָנגעצייכענט אין סדר הדורות חלק תנאים ואמוראים מע' פנחס בן יאיר.
- 22. [ראה לעיל ע' 161. וש"נ].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.