331

מיר, פאַרוואָס טו איך דאָס, עס איז דאָך נוגע דעם טאַטענס בריאות. האָב איך געענטפערט: איך בין דער מנהל פון תומכי-תמימים דאַרף איך זאָרגען לטובת התלמידים, און צו דעם געזונד פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וועט דאָס ניט שאָדען. אדרבא, עס וועט אים גורם זיין עונג.

דאָס וואָס מען לאָזט דאָ ניט אַריין, מיינט מען אַודאי אַז מען וועט מיר מכביד זיין אויב מען וועט אַריינלאָזען מעהר, אָבער באמת מיט דעם איז מען גאָר ניט מכביד.

מען ווייס ניט וויפיעל עס קאָסט.

טו. דאָס וואָס מען פלעגט ניט אַריינלאָזען, איז געוועזען צוליעב אַ תועלת. דער וואָס פלעגט אַריינגיין פלעגט זיין דערפון געהויבען, און דער וואָס פלעגט ניט אַריינגיין פלעגט זיין ביי זיך אַראָפּגעפאַלען. אָבער אַז דאָס, וואָס דער וואָס גייט יע אַריין איז ביי זיך געהויבען איז דאָס ישות, און דער וואָס גייט ניט אַריין איז ביי אים גסות, עס אַרט אים פאַרוואָס יענער איז אַריינגעגאַנגען און ער ניט — קען מען שוין אַלעמען אַריינלאָזען.

טז. איך וויל זאָגען אַ שטאַרקען וואָרט. הגם מאָנען איז ניט מיין שיטה, דאָס איז ניט דער דרך החסידות. אפילו ווען מ'דאַרף מאָנען ביי יענעם פאַרוואָס ער איז ניט ווי ער דאַרף זיין, מאָנט מען ביי זיך פאַרוואָס איז יענער אַזוי, אָבער דעם אמת מוז מען זאָגען.

איך וויל ניט ריידען אין דעם האַרבער זייט.

די גאַס אין אַמעריקא איז ניט ווי עס דאַרף זיין.

איך מיין ניט די ערד, דאָ איז אויסגעברוקירט מיט שטיינער, דאָ איז אַלץ פאַרשטיינערט. מען דאַרף אָבער ליכטיק מאַכען די גאַס.

מען דאַרף טאָן. עס איז דאָ אַפולע צו טאָן. מען דאַרף אָנפאַנגען מיט די קליינע קינדערלעך און דורכדעם וועט מען מקרב זיין די עלטערען, די באָבעס און די זיידעס.

יז. מען דאַרף שטאַרק טאָן מיט די קליינע קינדערלעך, מיט די גדיים.

יח. דורך די צעהן יאָהר וואָס איך בין אין אַמעריקע האָב איך פאַרקערט מיט טויזענדער אידען. זיי זיינען טייערע אידען, אפילו דער וואָס לייגט ניט קיין תפילין ר"ל, איז, אַז מען איז אים מעורר אויף דעם און ער גיט אַ קרעכץ דאַרף מען דעם קרעכץ מקנא זיין.

יט. אויף וואָס וואַרט מען. מען איז דאָך מעכב די גאולה.

עס איז שוין ערב שבת15 נאָך חצות16. יעדער איד ערב שבת איז זיך מכין צו שבת.

מנהג ישראל תורה היא17. יעדער איד ערב שבת נאָך חצות גייט אין וואַסער, וואַשט זיך ארום, און איז זיך מכין צו שבת, ער קויפט אַ סאָטקע18 — פאַר זיך אַליין דאַרף ער דאָס ניט, נאָר אפשר וועט ער האָבען אַ אורח אויף שבת.

ער שניידט אָפּ די נעגעל, און וואָס עס בלייבט איז ריין אָן טיט ורפש.

ער שטעכט ניט, און אויב שטעכען

הערות

  1. 15. ראה גם לעיל ע' 226. לקמן ע' 391.
  2. 16. ראה לקו"ש חט"ו ע' 282. שם ע' 42 ואילך. וש"נ. ספר השיחות תש"נ ח"א ע' 254. וש"נ.
  3. 17. ראה לקמן ע' 338. ע' 348. וש"נ].
  4. 18. נאָמען פון אַ קליינער פלעשל בראָנפען אין רוסלאַנד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.