330

דעם מקבל וועט עס וויי טאָן, אָבער מען דאַרף דאָך זאָגען.

אהבת ישראל, דערהערען אַ צווייטען אידען, דאַרף מען דאָס פיהלען בתוך ופנימיות, — אין פנימיות פון תוך.

יג. עס איז אַ חילוק פון דעם חסיד'ישען חינוך ביז דעם סתם חינוך. מ'מיינט ניט דעם פרייען חינוך, פון דעם רעדט מען ניט, נאָר אפילו פון דעם פרומען חינוך.

ווען איך בין געווען גאָר אַ קליין קינד, גלייך ווי איך האָב אָנגעפאַנגען צו ריידען, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מיר געזאָגט: אַלץ וואָס דו וועסט וועלען פרעגען, זאָלסטו פרעגען ביי מיר.

הגם איך האָב געהאַט אַ בעזונדער מענטש וואָס האָט אַכטונג געגעבען אויף מיר אין אַלע ענינים, פונדעסטוועגען האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: אַלע ענינים וואָס דו וועסט האָבען צו פרעגען — זאָלסטו פרעגען ביי מיר.

ווען מען האָט מיר מחנך געווען זאָגען מודה אני11, האָט מען מיר געהייסען צולייגען איין האַנד צו די צווייטע, און איינבויגען די קאָפּ און אַזוי זאָגען מודה אני.

ווען איך בין געוואָרען אַ ביסעל עלטער, אָבער אַלץ נאָך אין די קינדעריאָהרען, האָב איך געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס ווען מען זאָגט מודה אני, דאַרף מען צולייגען איין האַנד צו די אַנדערע, און מרכין זיין את הראש. האָט ער מיר געענטפערט: באמת דאַרף מען טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס, נאָר איך האָב דיר דאָך געזאָגט דו זאָלסט אַלץ פרעגען ביי מיר.

האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגערופען ר' יוסף מרדכי דעם משרת12, אַ איד אַ בן שמונים און האָט אים געפרעגט: ווי אַזוי זאָגסטו אין דער פרי מודה אני. ענטפערט רי"מ: איך לייג צו איין האַנד צו די אַנדערע און בויג איין דעם קאָפּ. פרעגט אים ווייטער הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: פאַרוואָס טוסטו אַזוי. ענטפערט רי"מ: איך ווייס ניט. ווען איך בין געווען אַ קליין קינד האָט מען מיך געלערענט אַזוי.

זעהסט. — זאָגט צו מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — ער טוט ווייל זיין טאַטע האָט אים אַזוי געלערענט. און אַזוי פריער ביז משה רבינו און אברהם אבינו, וואָס אאע"ה איז געווען דער ערשטער איד. מען דאַרף טאָן ניט פרעגענדיק פאַרוואָס.

האָב איך אַזאָגגעטאָן: איך בין דאָך נאָך אַ קליינינקער. ענטפערט מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק:

אַלע אידען זיינען קליין, און אַז מען ווערט עלטער זעהט מען ערשט אַז מען איז קליין.

אָט דאָס הייסט חינוך אמיתי.

יד. ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זיין זמנים וואָס מצד זיין שוואַכען געזונד פלעגט מען צו פאַרבריינגען אַריינלאָזען נאָר יחידי סגולה. איך בין דאָך געווען דער מנהל פועל13 — פון ישיבת תומכי-תמימים — פלעג איך מצדד זיין, אַז ווען איך בין אַריינגעגאַנגען זאָל די טיהר בלייבען ניט פאַרשלאָסען, אָדער מ'זאָל קענען פון דער צווייטער זייט עפענען.

כבוד אמי הרבנית14 האָט געפרעגט ביי

הערות

  1. 11. ראה גם שיחת ליל א' דחה"ס ה'שי"ת (לקמן ס"ע 359 ואילך).
  2. 12. ראה אודותו — לעיל ע' 233. וש"נ.
  3. 13. ראה לעיל ע' 234. וש"נ.
  4. 14. ראה אודותה — לעיל ע' 21. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.