329

נאָך אַ מהדר איז אפילו ניט פאַרשטייענדיק מיינט ער אַז ער פאַרשטייט, אָבער אפילו אַז ער פאַרשטייט יע, איז אויך דער פתח גרעסער פון דעם פאַרשטיין.

מה שאין כן אַז השגה דבינה דערהערט די הפלאה פון חכמה, איז גאָר עפּעס אַנדערש.

ח. ביי אַמאָליקע חסידים איז געווען אַ קאָך אין די ג' אהבות: אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.

אין די גאָר יונגע יאָהרען האָב איך געהערט אַ אויסשפּראַך פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: דער קדושה'דיקער יחם לבבו.

מען האָט זיך געקאָכט אין די ג' אהבות. פונדעסטוועגען דאַרף די אהבת ישראל ניט פאַרדעקען צו זעהן יענעמס חסרונות אין חינוך, ידיעה און מדות. נאָר מ'דאַרף יענעם זאָגען בדרך קירוב. מען דאַרף זאָגען זיך, מען קען געפינען די חסרונות ביי זיך אַליין — און מען דאַרף ניט האָבען אויף דעם אַ ריבוי יגיעה, בפרט לאור האמת, — דאַרף מען זאָגען זיך וועט יענער במילא דערהערען.

ט. דאָ אין אַמעריקע איז אַ ביסעל פאַרטומאַנעט6. אַ טומאַן מיינט אַז עס שיינט די זון, נאָר עס איז פאַרטומאַנעט, עס זעהט זיך ניט די ליכטיקייט.

דאָ אין אַמעריקע, אַז מען טראָגט אַ באָרד און פיאות און מען גיט צדקה מיינט מען שוין אַז מען איז יוצא טויזענד פּראָצענט, אָבער דער אמת איז ווי דער באַקאַנטער חסיד'ישער אויסשפּראַך: לא פגע ולא נגע7.

מען באַדאַרף טאָן מיט דעם זולת.

י. אמר: מען דאַרף זינגען, אָבער ניט איבערנעמען זיך דערמיט.

הערות

  1. 6. ראה גם שיחת י"ט כסלו שנה זו (לעיל ע' 290).
  2. 7. ראה לעיל ע' 161. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.