326
קויפען אַלעס וואָס ער האָט געקענט, און איז מיט די בני בית געגאַנגען פאָרען. כאָטש ער האָט ניט געוואוסט וואו צו פאָרען האָט ער געזאָגט אַז דער רבי הייסט פאָרען דאַרף מען פאָרען. פּלוצלינג איז געוואָרען זעהר פינסטער, עס איז געווען אַ זומער רעגען האָט געגעבען אַ גאָס אַ 15 מינוט און עס האָט באַלד אויפגעהערט. ער איז אָנגעקומען אין ליאָזנא, אַוועקגעשטעלט די ב"ב און איז געגאַנגען אין ביהמ"ד דאַוונען.
דער אַנדערער איז אויפגעשטאַנען אין דער פריה, האָט ער געטראַכט וואָס וועט ער פאָרען פאַר'ן דאַוונען, ער וועט אָפּדאַוונען און זייגער צוועלףאיינס וועט ער פאָרן צום רבין.
דערווייל איז געוואָרען אַ גרויסער שטורם, און עס האָט געגעבען אַ בליץ און פאַרברענט די גאַנצע גאַס, און ער האָט קוים אַרויסגעראַטעוועט די נפשות.
האָט דער זיידע געזאָגט: דאָס איז דער חילוק פון פאָלגען ביז פאָלגען, ביידע האָבען געפאָלגט. ביי דעם איז געווען אומר ועושה — ער האָט גלייך געטאָן בפועל. און ביי דעם איז פריער געווען אַ יישוב הדעת און נאַכהער טאָן.
(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) די מעשה דאַרף מען הערען, עס איז נוגע אַזוי ווי עס איז נוגע חסידות אַזוי איז נוגע די מעשה, אַזוי ווי מען האָרעוועט אויף פאַרשטיין אַ חסידות, אַזוי דאַרף מען האָרעווען אויף פאָלגען.
מז. מען האָט זעהר געקלאַפּט אין טיר, ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מען קלאַפּט מיט אַ אמת. ורצה הרא"ס ללכת לפתוח. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א: מ'דאַרף זעהן ווער עס איז. דער טאַטע איז געשטאַנען אַ גאַנצע נאַכט אויף אַריינצוגיין צום זיידען.
מח. העמידו את הקאַמפּאָט לפני כ"ק אדמו"ר שליט"א האָט ער עס אַוועקגערוקט אין אַ זייט ואמר: מיר האָבען נאָך אַ סך צו טון, וצוה לנגן את הניגון של אדמו"ר הזקן בעל ד' בבות, ואמר: עס זאָלען זינגען נאָר די וועלכע קענען, ואמר לש. ז. קודם שהתחיל לנגן: זיי זיך מכין.
מט. אחר שתיית כוס של ברכה — שבירך עליו כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר: עס איז געשמאַק צו געבען אידען, מ'דאַרף זיין אַ כלי פנימי צו דעם, עס זאָל זיין להצלחה בגו"ר. וסיים: מ'דאַרף וויסען ווער עס גיט און ווער עס נעמט.
כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן לכל הנאספים בעצמו — בידיו הק' — מכוס של ברכה, וקרא בשם כל אחד ואחד, ועל כל אחד ואחד הביט כ"ק בפניו קודם הנתינה.
נ. ביום ו' עש"ק אסרו חג אחרי הצהרים מסר כ"ק אדמו"ר שליט"א ע"י מ. ש. שהתלמידים יחזרו דא"ח ברבים, ועכ"פ ידברו דברי התעוררות בש"ק הזה פ' שמיני, שבת מברכין חודש אייר ובשב"ק הבע"ל שבת ר"ח אייר.
מ. ש. שאל: עס איז דאָך שוין פרייטאָג נאָכמיטאָג וקצר הזמן לסדר הדבר. וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַ שבת וואָס מען זאָגט תהלים פירט זיך אַנדערש.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.