325

מוהר"ש — איז נאָך יחידות פלעגט ער אים דערציילען אַ סיפור63 וואָס דער סיפור האָט געהאַט אַ שייכות צו דער יחידות, על דרך ווי קאָמפּאָט וואָס איז בא לאחר הסעודה אָבער עס איז בתוך הסעודה.

אַ איד דאַרף האָבען אַ חוש אין נועם הוי'64. אין אַ חוש איז שייך התפתחות. התפתחות איז דורך פעולה, כמו ווי אין כחות איז דורך פעולות ווערט התפתחות הכחות, וואָס די התפתחות איז אין כלים און אין אור, כמו"כ איז אין התפתחות אין חושים, נאָר עס איז לפי ערך הכלי, אַ כלי רחבה אַ כלי עמוקה. נאָך דעם ווי דער אַלטער רבי האָט אַריינגעגעבען אין חסידים כחות אין אַ פנימיות, האָבען אַ חוש אין אַ נועם אין אַ אידען, איז דאָס אַ כלי רחבה אויף דעם נועם הוי'.

מו. שש"פ תרל"ז האָט דער זיידע דער רבי מוהר"ש דערציילט אַ סיפור פון צוויי חסידים וואָס האָבען נאָך געקענט דעם מעזריטשער, נאַכהער זיינען זיי געוועזען דעם אַלטען רבי'נס חסידים, פנימיות'דיקע חסידים, זיי האָבען געהאַט אַ הכרה אין אַלטען רבי'ן, ניט השגה נאָר הכרה.

זיי זיינען געווען דורכגעטאָנענע בעלי עבודה, זיי זיינען געווען ישוב'ניקעס, בעלי פרנסה בריוח, און זיי האָבען געגעבען דעם רבי'ן גרויסע סכומים פאַר עניני אה"ק און פאַר זיינע עניני הכלל.

די צוויי חסידים זיינען געווען חלוק אין זייער עבודה, ביי איינעם איז געווען פון אונטען אַרויף, און ביי איינעם פון אויבען אַראָפּ. איינער האָט אָנגעפאַנגען פון פועל, יעדער זאַך האָט ער געטאָן בפועל ממש מיט אַ מסירת נפש, נאַכהער איז געווען השגה, דער אַנדערער — איז פריהער געווען הבנה והשגה און נאַכהער דער פועל.

אַמאָהל האָט דער רבי געשיקט צו ביידען אַ שליח ער זאָל בעטען געלד ביי זיי, דער שליח איז געקומען צו דעם "פון אונטען אַרויף" און ער האָט אים געזאָגט: דער רבי דאַרף האָבען געלד, האָט ער געפרעגט וויפיל, האָט דער שליח געזאָגט דער רבי האָט ניט געזאָגט. איז דער ישובניק אַריינגעגאַנגען און אַרויסגענומען וויפיל ער האָט געהאַט און אַוועקגעגעבען.

דער שליח איז געגאַנגען צו דעם צווייטען און האָט איהם געזאָגט דער רבי האָט געשיקט נאָך געלד. האָט ער געפרעגט וויפיל, האָט דער שליח ווייטער געזאָגט דער רבי האָט ניט געזאָגט וויפיל, האָט ער איהם געזאָגט: איך וועל צופאָרען אין ליאָזנא פרעגען דעם רבין וויפיל ער דאַרף, וועל איך געבען.

דער שליח איז געקומען צוריק צום רבין און אַוועקגעלייגט די פּעקלעך, האָט איהם דער רבי געפרעגט וואו איז די געלד פון צווייטען, האָט ער געזאָגט וואָס דער צווייטער האָט געענטפערט.

האָט זיך דער רבי פאַרחב"ד'ט און האָט געזאָגט: קודם המעשה, אָדער לאחר המעשה?

צומאָרגענס מיט'ן טאָג איז דער ערשטער געקומען אין ליאָזנא, ער איז אַריין צום רבין, האָט איהם דער רבי געזאָגט מ'דאַרף אַרויספאָרען.

האָט ער גלייך איינגעשפּאַנט און איז אַוועקגעפאָרען — עס איז נאָך געווען פאַר'ן דאַוונען — און האָט גענומען פאַר

הערות

  1. 63. ראה גם שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 307).
  2. 64. בארוכה וועגען נועם הוי', ע"פ חסידות, זע די מאמרים פון אחש"פ און ש"פ שמיני ה'תש"ט (קונטרס סה) [סה"מ תש"ט ע' 130 ואילך].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.