324

ער גייט מיט שמחה און דאָס מאַכט אים פאַר אַ מנצח60.

מד. אַ יישר כח פנימי די וואָס זיינען געפאָרען אין מיין שליחות מעורר צו זיין אידען61, זיי ווייסען אַליין ניט וואָס זיי האָבען אויפגעטון.

עס קומט אַ יונגערמאַן אין אַ שטאָט און ער רעדט מיט אַ אידען, ער גיט אַ קוועטש מיטן פינגער — שפּריצט אַרויס תמימות. ער דערמאָנט זיך אויף די זכרונות פון זיין טאַטען, פון זיין זיידען, ער ווערט נתפעל: אַ בחור מיט אַ באָרד איז געקומען מעורר זיין, ער רייסט זיך אָפּ פון זיינע עסקים, און קומט צולויפען אַ פאַרשוויצטער און פירט איהם מיט זיין קאַר, וכו'.

הגם דער מעורר אַליין ווייס ניט וואָס ער האָט אויפגעטון62.

— מ'דאַרף זיין אַ דעתן האָבען אַ חוש הראי' און אַ חוש השמיעה אויף צו דערקענען. —

ער האָט אָבער זיין שכר, אַז ווען ער גיט אַ טראַכט פאַרן דאַוונען ווערט ער נתפעל פון דער תמימות פון דעם אידען.

איך גיב אַ יישר כח ברבים, וואָס אַ יישר כח איז אַ חיזוק און אַ נתינת כח בגשמיות וברוחנית. איך גיב זיי אַ ברכה כפולה ומכופלת עס זאָל אַראָפּקומען אין מוחין, אין מדות, און עס זאָל אַרויסרופען אַ תשוקה אויף וועלען טון נאָך.

מה. איך וויל אייך דעציילען אַ סיפור המעשה, — (הפסיק וצוה לנגן ניגון. אחר הניגון אמר:)

די מעשה איז געווען נאָך אַ יחידות. וואָס די יחידות איז געווען וועל איך אייך ניט זאָגען נאָר דעם סיפור המעשה.

ווען כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אַריינגיין אויף יחידות צום זיידען — כ"ק אאזמו"ר

הערות

  1. 60. הובא באגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' רסה ואילך, ומבאר שם: "אין איש החיל עושה את הקנה רובה וגם אין זה ביכלתו. אינו משיג בשכלו איך יורה הקנה רובה בפרט וטכסיסי המלחמה בכלל, אבל מוסר הוא את נפשו ורצונו למפקד המלחמה ועושה את זה בשמחה ואז דוקא הוא המנצח. ובמוחש רואין שהיסוד לכל זה היא האמונה שמאמין בראש כל מפקדי המלחמה הוא המלך והנשיא, במלחמה הרוחנית היינו הנשיא מנהיג הדור. ובדורנו בפרט — הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, שהורה והעמיד את כל אחד ואחת מאתנו במקום מיוחד בשדה המלחמה נגד צד הלעומת זה"].
  2. 61. אויף דער פקודה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ זיינען מסודר געוואָרען פון צייט צו צייט, דורך "מחנה ישראל", נסיעות פון תלמידי התמימים — ספעציעל אין זייערע ימי החופש — וועלכע האָבן באַזוכט אַ גרויסע צאָל שטעט אום צו באַקאַנען זיך אויפן אָרט מיטן מצב היהדות בכלל און מצב החינוך בפרט, מעורר און מחזק זיין אַלט און יונג, פאַרשפּרייטען די ספרים און חוברות וועלכע זיינען אַרויסגעגעבען דורך דעם מל"ח (מרכז לעניני חינוך) און דורכפירען פאַרשידענע אַנדערע שליחות'ן אין חיזוק היהדות און חינוך הכשר. כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האָט געהאַלטען די נסיעות פאַר זייער וויכטיק און האָט זייער מייקר און מחשיב געווען די נוסעים. ע"פ הרוב פלעגען זיי, אין צוזאַמענהאַנג מיט די נסיעות זוכה זיין אויפגענומען צו ווערען אויף יחידות און באַקומען הוראות בכלל און בפרט אין דעם אופן ווי דורכצופירען זייער שליחות אין די נסיעות. דעם חוה"מ פסח האָבען, אויף דער התעוררות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, אַ ריי תלמידי התמימים — פּאָרווייז — באַזוכט אַ צאָל אידישע קהילות אַרום ניויאָרק. די ערשטע באַריכטען פון די נסיעות זיינען אָנגעקומען נאָך פאַר די אַנדערע טעג פסח, און צו די נוסעים זיינען עס געווענדעט די אויבען דערמאָנטע רייד.
  3. 62. [ראה גם לקו"ש ח"ב ע' 369 ואילך].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.