323
עס איז ניט קיין להכעיס אידען, עס איז מהיכיתיתי אידען.
אַז מען שטעלט אַריין אין אייז אַ כלי מיט הייסע וואַסער מאַכט עס אַ תוך אָבער עס איז נאָך אייז, עס מאַכט מעהר קאלט די וואַסער ווי עס איז פועל אויפן אייז, אָבער אַז מען נעמט ווארוואַסער — זודיקע וואַסער — יעמאָלט מאַכט דאָס אַ טיפען תוך, אָבער עס איז נאָך אַלעס ניט קיין וואַסער.
ווען מען גראָבט טיפער ווערט מים מתוקים.
דאָס איז ניט קיין דרוש ניט קיין ציור שכלי, נאָר דאָס איז דער אמת אין פועל. מען זאָגט דאָס — אַז די אומנים זאָלען וויסען וואו זיי האַלטען אין דער מלאכה.
מב. אין די יאָהרען וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט גערעדט בארוכה (משנת נו"ן עד נ"ד) האָט זיך אַמאָהל גערעדט וועגען דעם ציור הענין וואָס פון תורה, עבודה, אַ פועל טוב און מצות מעשיות ווערען באַשאַפען מלאכים56. פון יעדען אות אין תורה, אַזוי אין עבודה, און אַ פועל טוב און מצות מעשיות ווערט פון אַלעס באַשאַפען אַ מלאך.
פון דעם איז דאָ קאַלטע מלאכים און הייסע מלאכים, און זיי זיינען מקנא איינער דעם אַנדערען. די קנאה איז במחשבה.
מלאך מיכאל און מלאך גבריאל קוקען זיך צו וואָס פאַר אַ חברה דאָס איז, עס איז אַ גרויסער רעש, און מיט וואָס איז מען זיי משכך — מיט די אותיות פון תפלה, מיט דעם גיסט מען זיי אפ, און מיט די התבוננות והתפעלות המוח, וואָס דאָס איז קאַלטע וואַרימקייט און עס גיט אַ ברען, מיט דעם איז מען זיי משכך.
(וסיים כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַ קינד הערט דאָס. מ'האָט אַ ר' הענדל57, ר' ניסן58, און זיי פיטשקען דאָס אַריין — איז צו זיבעציג יאָהר איז מען מקנא יענעם זמן.
מג. עס איז פאַראַן וואָס מען ווינשט זיך, וואָס איינער ווינשט דעם אַנדערען, און ווי יעדער ווינשט זיך.
איך קוק אויף יעדען יחיד ווי אויף אַ רבים. יעדער תמים קען אויפמאַכען אַ גאַנצען ישוב. עס איז אָבער דאָ אין דעם צוויי מניעות: ערשטענס מען ליגט אין הבלים, און צווייטענס וואָס מען נאַרט זיך, מען פרעגט ווער בין איך. הגם עס איז אמת — אָבער עס איז שלא במקומו.
פרעגען פרעגט דאָס דער קלוגינקער, ניט דער נפש אלקית וואָס ער איז דער אמת'ער חכם. דער נפש הבהמית איז דאָך אַ שקרן, ער איז אַ בעל גוונים: ער לאַכט, ער וויינט. דער לאַכען איז געלייגט, דער וויינען איז געלייגט, ער איז אַ ליגנער, ער לייגט. ווען ער שטייט, ווען ער זיצט, אפילו ווען ער גייט, וואָס ער איז דאָך אַ מהלך, פונדעסטוועגען לייגט ער.
נאָר מ'דאַרף ניט נתפעל ווערען, אַ סאָלדאַט גייט מיט אַ ראניעץ אין פאחאד, חאָטש ער גייט דאָך אין אַ מקום סכנה, גייט ער מיט אַ ניגון פון שמחה59. הגם וואָס קען אַ סאָלדאַט — ער קען נאָר שיסען, און גייט מיט מסירת נפש, אָבער
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.