322
דאָס איז די שליחות און מטרה פון ירידת הנשמה למטה — אויף ממשיך זיין דעם הוי' אחד אין ארץ.
לט. אַמאָל איז געווען אַ אוזן שומעת, היינט איז ישיבת כרכים קשה49. דאָס איז גלות בתוך גלות, אפילו מען זיצט ביי זיך אין שטוב, פאַרמאַכט די פענסטער פאַרמאַכט די לאָדענס, ווייל דער אויר איז אַ אַנדערער, אויר איז אור יו"ד50, דאָ איז דער אויר אַ אַנדערער, און דאָס איז דער גלות בתוך גלות.
אין אַ קליין שטעטיל איז דער אויר אַ אַנדערער.
די הונדערט יאָהר51 וואָס מ'האָט געטאָפּטשעט אין בלאָטע אין ליובאַוויטש האָט מען געמאַכט אַז אין די בלאָטע זאָל זיך דערהערען דער הוי' אחד52.
אָבער מ'דאַרף ניט נתפעל ווערען, מ'דאַרף זיין ווי אַ סאָלדאַט, אַ סאָלדאַט טוט זיין אַרבעט מיט מסירת נפש.
מ. מען האָט שוין אַמאָהל53 גערעדט פון מעלת הציור.
אַמאָהל54 איז דער טאַטע מיט מיר געגאַנגען אין ראָסטאָוו אין גאַס האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פאַר אַ פענסטער וואו עס זיינען געשטאַנען אויסגעשטעלט מאַשינעס פון עבודת הארץ, ווי אַזוי צו שניידען תבואה און אָפּהיטען יעדער קערענדעל אַז עס זאָל ניט גיין פאַרלוירען און אַז אפילו דער שטויב זאָל זיין לתועלת.
האָט כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַרומגערעדט די אַלע ענינים, און יעמאָלט געזאָגט אַז דאָס איז אַ משל פון ירידת הנשמה למטה בגוף אין איר תבואת הארץ55.
עס איז פאַראַן אַ משל און אַ נמשל, פון דעם משל פאַרשטייט מען דעם נמשל, כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַזוי אויסגעאַרבעט, אַז ער האָט געזעהן אין משל דעם נמשל.
דאָס איז געווען ראי' ניט הבטה.
מא. עס איז דאָ אין וועלט אַ אויסשפּראַך אַז מ'האָט ב"ה אויפגעטון.
באמת האָט מען ב"ה אויפגעטון, וואָס אין דער קאַלטער אַמעריקא איז דער אַייז געטאַיעט (נמס), עס איז אַראָפּגענומען געוואָרען די האַרטקייט און שפּיציקייט, אָבער עס איז נאָך ניט קיין וואַסער, עס קען נאָך קאַלט מאַכען די וואַרימע.
הערות
- 49. זע שיחת פורים [תש"ד] (קונטרס עה) אות טו [(סה"מ ה'שי"ת ע' 144 ואילך. ספר השיחות תש"ד ע' 73)].
- 50. זע תורה אור פ' מקץ סד"ה נר חנוכה מצוה. ועוד.
- 51. [תקע"גד[ednref_36_*] — תרע"ו[ednref_37_**].
- 52. ראה גם לעיל ע' 163].
- 53. זע שיחת שבועות תרצ"ד [סעיף יו"ד]. שיחת פורים הנ"ל.
- 54. [ראה שיחת אחש"פ תש"ז. ליל ב' דחה"פ תש"ח (לעיל ע' 121. ע' 204)].
- 55. זע תורה אור פ' שמות ד"ה הבאים ישרש. אור התורה דארט. [edn_36_*] אדמו"ר האמצעי קבע דירתו בעיר ליובאַוויטש ביום ב', פרשת נצביםוילך, י"ח אלול תקע"ג (אגרות-קודש ח"ג ע' תקב ואילך. ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 95. ועוד). ההתיישבות בקביעות היתה בחודש מרחשון שנת תקע"ד (ספר השיחות שם בהערה 76 ע"פ שיחת י"ט כסלו תרצ"ג ס"ח). במקום אחר איתא שבקיץ (חודש תמוז) תקע"ד התיישב אדמו"ר האמצעי בליובאַוויטש (רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 232. קונטרס אדמו"ר "הצמח צדק" ותנועת "ההשכלה" ע' 3). [edn_37_**] ביום א', ט"ז מרחשון (שיחת י"ט כסלו שם) עוזב כ"ק אדמו"ר מהורש"ב את ליובאַוויטש ומעתיק את מושבו לעיר רוסטוב ע"נ דאן.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.