321
חודה של מחט האָט ניט קיין תפיסת מקום, הגם דער מחט האָט דאָך יאָ אַ מקום, אָבער דער שפּיץ, דער חודה של מחט, האָט ניט קיין מקום, מאַכען אַ פתח קען מען נאָר מיט אַ זאַך וואָס האָט ניט קיין מקום. דער פתח האָט יע אַ מקום, אַ אורך ורוחב און גובה, אָבער אויפמאַכען דעם פתח איז נאָר מיט אַ זאַך וואָס איז ניט תופס מקום.
פתחי וכו' כפתחו של אולם. אין דעם פתחו של אולם וואָס האָט דאָך אַ אורך ורוחב וגובה וועט זיך דאָרט דערהערען דער חודה של מחט.
לב. אַמאָל האָט מען געמאָנט השכלה השגה, אָבער דער עיקר האָט מען געמיינט דעם שפיץ.
לג. באַ אַמאָליגע חסידים איז געווען אַ וואָרט: ביטער.. . אַי, ביטער.. .
דער אויבערשטער זאָל העלפען איך זאָל זעהן נחת אין אידען בכלל און אין חסידים בפרט אין גשמיות און אין רוחניות, און בפרטיות אין עבודה.
לד. חסידות מאָנט בכןע"ב46, שם ע"ב טראָגט אַרויס אַלץ. עס זיינען פאַראַן שם מ"ה, ס"ג, ב"ן, אָבער ע"ב, דאָס טראָגט אַרויס אַלץ.
לה. עס איז ווייניג עבודה. מען לערענט דעם מאמר און מען זאָגט ביאורים, דער זאָגט אַזוי און דער זאָגט אַזוי, עס פאַרדריסט פאַרוואָס יענער פאַרשטייט אים ניט, ווי ער אַליין פאַרשטייט זיך. מען איז יענעם מבטל, וואָס ווייס ער, וואָס האָט ער געזעהן — אָבער טאָן און אויפטאָן אין עבודה, דאָס פעלט.
לו. (אחר הסעודה הזכיר כ"ק אדמו"ר שליט"א עוד הפעם ע"ד שהחסידים הישנים עשו בכל יום קמט בהסידור, שאל אחד: ווי אַז מען האָט נאָך ניט אָנגעפאַנגען דעם ערשטען קנייטש, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:)
מען דאַרף וויסען ווער עס פרעגט עס, אויב דער "קלוגינקער", ער אַרבעט אויף אַלע כלים, איינעם הויבט ער, אַ צווייטען וואַרפט ער. מען דאַרף ניט אַראָבפאַלען ביי זיך, ניט מצד שנים, די עלטער, ניט מצד געזונד דאַרף זיין אַ מניעה צו עבודה, מען דאַרף טאָן און אויפטאָן.
סעודת יום אחרון של פסח תש"ט
לז. חינוך אמיתי איז — אַז אַ יחיד איז אַ רבים, ווייל באמת יעדער יחיד איז אַ רבים, ער איז בכח צו מאַכען אַ רבים און באַלעבן אַ רבים47.
דאָס איז ביי אידען בכלל און ביי חסידים בפרט.
לח. אידען זיינען אַ גוי אחד בארץ, אַז אין ארציות זאָל זיך דערהערען דער אחד הוי'; ביי מתן תורה האָט דער אויבערשטער געגעבען דעם כח אַז דער גוי — די אידען — זאָלען ממשיך זיין דעם הוי' אחד אין ארץ48.
הערות
- 46. זע קונטרס לימוד החסידות פ"ג [אגרות-קודש ח"ג ע' שלה].
- 47. [נת' בארוכה בשיחת יו"ד שבט תש"מ. וראה אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"ג ע' רסז.
- 48. ראה תו"א וישב כז, סע"ד. וראה אגה"ק ס"ט (קיד, א)].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.