ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"טשיחות חג הפסח320

320

געוואָרען משה רבינו ע"ה. אין משה'ן איז דערהערט געוואָרען דער אור הנשמה בגילוי בגופו ע"ד ווי עס איז בקבלה — אַזוי איז געווען דער לשון — אַז ביים אַלטען רבי'ן האָט מאיר געווען אור היחידה בגופו ממש37. פאַרוואָס האָט משה זוכה געווען דערצו, ווייל ער איז געווען בגופו אין מצרים. דאָס הייסט ער האָט מרגיש געווען דעם שיעבוד. משרע"ה האָט דערהערט בפנימית לבבו אין לב הגשמי דעם ניט גוט פון אַ אידען אין גשמיות.

הגם עס איז דאָך געווען טענות: בשבתנו38 על סיר הבשר וכו', דאָס האָבען געפרעגט ניט די בחירים, אָבער בכלל איז דאָך דאָס געווען פאַר מתן תורה, איז וואָס האָבען זיי געוואוסט, און זיינען נעבעך געווען אין אַזאַ קלעם. משה האָט מרגיש געווען זייער ניט גוט גשמי און איז בטל געווען פאַר יעדער נימול. ומפני זה זכה לגילוי נון פלאות.

אַ וואָרט נאָך פופציג יאָהר הויבט ער אָן צו בורען (תוסס).

ל. כמוס עמדי חתום באוצרותי39. מהו החילוק בין חתום לכמוס ומהו חתום באוצרותי.

דער חילוק פון די ביידע לשונות איז: אַ אוצר ליגט אין אַ מקום משומר, אָבער דער מענטש אַליין גייט אַוועק פון דעם; כמוס עמדי מיינט, אַז וואו מען גייט און וואו מען געפינט זיך איז דאָס כמוס עמדי.

איך האָב אַ שליחות וואָרט, וואָס איך האָב געהערט מיט פופציג יאָהר צוריק, וואָס דאַמאָלסט האָט מען דאָס ניט געדאַרפט דערציילען.

עס איז פאַראַן אַ זמן וואָס מען דאַרף ניט זאָגען און עס איז פאַראַן אַ זמן וואָס מען מוז זאָגען. הגם דאָס איז נוגע זיך, דאַרף מען דאָס טאָן מיט אַ מסירת נפש40. ע"ד ווי ביי משרע"ה, משה קיבל תורה מסיני41, איז הגם התורה ניתנה לו42, פונדעסטוועגען — ומסרה ליהושע, מיט אַ מסירה ונתינה, ער האָט זיך אַליין אַוועקגעגעבען.

איך האָב אַ סך מאָל געטראַכט, דערציילען אָדער ניט, היינט האָב איך מחליט געווען דאָס מגלה צו זיין. דער סדר אין דעם איז ווי אין תורה. אין תורה איז פאַראַן דער סתום און דער גליא. אין אַ ספר תורה מוז זיין פריהער חלק, דער גויל43, נאָכדעם הויבט זיך אָן ספר בראשית44, אַ סיפור מעשה, אַ תינוק קען תופס זיין אַ סיפור און עס איז זיך ביי איהם מתקבל על הלב, מיר זיינען אַלע תינוקות — וועל איך דאָס מגלה זיין אין אַ סיפור, אין אַ סיפור איז אויך פאַראַן דער גליא און דער סתום, וועל איך דערוויילע מגלה זיין נאָר דעם גליא פון דעם סיפור און דאָס וועט זיין בכתב.

לא. תרנ"ב האָט מען געהערט אַ וואָרט: פתחי לי כחודה של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם45. דער

הערות

  1. 37. [ראה לעיל ע' 151.
  2. 38. בשלח טז, ג.
  3. 39. לשון הכתוב — האזינו לב, לד.
  4. 40. ראה לקו"ש חי"ח ע' 477.
  5. 41. אבות פ"א מ"א].
  6. 42. נדרים לח, א.
  7. 43. זע לקו"ת ביאור דבחוקותי. שם שה"ש ד"ה שחורה אני (הראשון) פ"ג. ובי' דשימני כחותם פ"ג. שיחת פורים [תש"ד] (קונטרס עה) אות ג [(סה"מ ה'שי"ת ע' 138. ספר השיחות תש"ד ע' 66).
  8. 44. ראה גם שיחת פורים שנה זו (לעיל ע' 306).
  9. 45. כן הובא בהקדמה לספר חרדים. ובכ"מ בדא"ח (ראה לקו"ת קרח נה, א. שה"ש לה, ג. סה"מ תש"ג ע' 198). וראה שהש"ר פ"ה, ב [ב]. יל"ש שה"ש רמז תתקפח. תנחומא (באָבער) תולדות יח. זח"ג צה, א].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.