319
על שאלתו:) אין מים איז מעין דער קוואַל, מקור איז די נקודה עצמית פון יעדער זאַך.
כו. מען האָט געדאַרפט צונויפקלייבען די אַלטע ווערטער, מען האָט געדאַרפט ליגען אין דעם. איך האָב אַמאָל געשריבען צו הרב ש. ד.30 שי' וועגען דעם, ער האָט געהאַט אַ חוש אין צונויפקלייבען ווערטער. ר' מרדכי ע"ה31 האָט געחזר'ט אַ וואָרט, ער האָט גענומען אַ וואָרט, צי דער וואָרט האָט אים גענומען. נו.. ר' שילם ע"ה32 האָט דורכגעטאָן און דורכגעווייטאָגט דעם וואָרט.
כז. שביעי של פסח פלעגט מען אַמאָל אופזיין אַ גאַנצע נאַכט33, אָהן חכמות, פשוט אויפזיין. מען פלעגט לערנען כמה שיעורים, נגלה און נסתר. דער נסתר איז אויך געווען נגלה.
סעודת יום שביעי של פסח ה'תש"ט
כח. (כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר להעומדים מסביב לשולחן, אם עדיין לא סעדו סעודת יו"ט שילכו לנט"י להסעודה. ואמר אחד: צריכים לשאול אם הם כבר אחר התפלה, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א):
און ווער האַלט דאָס נאָכ'ן דאַוונען. אַמאָליגע חסידים פלעגען מאַכען יעדען טאָג אַ קנייטש אין סידור, היינט האָב איך געדאַווענט ביז דאָ; ער פלעגט כמובן גומר זיין דעם גאַנצען דאַוונען, נאָר "געדאַווענט" האָט ער נאָר ביז דאַנען, מאָרגען פלעגט ער דאַוונען נאָך אַ שטיקעלע און דאָרט מאַכן דעם קנייטש אין סידור34. אויף מאָרגען פאַרן דאַוונען פלעגט ער זיך פאַרטראַכטען וואָס דער נעכטיגער דאַוונען האָט אין איהם אויפגעטאָן, בויך ווייטאָג אָדער שובע. דער חסיד פלעגט פון בויך ווייטאָג אויך ניט נתפעל געוואָרען. ער האָט געוואוסט אַז ע"ד ווי אַ מאכל אויב מען צוקייעט עס ניט ווי מען בעדאַרף בעקומט מען בויך ווייטאָג פונדעסטוועגען עסט מען ווייטער און אַזוי איז אויך אין עבודה.
אַמאָליגע חסידים האָבען קיינמאָל ניט אָפּגעדאַווענט; זיי האָבען שטענדיג געהאַלטען אין דאַוונען.
כט. דעם יאָהר תר"ן איז אַלץ געווען באריכות; מאמרים באריכות, ביאורים באריכות, געמאָנט באריכות און געגעבען באריכות.
דאַן איז געווען אַ וואָרט: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות35, נון פלאות36. ווער איז דערפון נתפעל
הערות
- 30. ראה מכתב י"א שבט תש"ט — אגרות-קודש ח"י ע' פב].
- 31. כנראה הכוונה לר"מ חפץ הי"ד הנק' מרדכי דיסנער, שו"ב בריגא [ראה אודותו — ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ע' 41. וש"נ].
- 32. כנראה הכוונה לר"ש קוראטין. ראה אודותו הערות בסו"ס תורת שלום ע' 323 [בהוצאת תשי"ז ואילך: ע' 70 הערה 1. וראה גם ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 18. תרפ"חתרצ"א ע' 13.
- 33. ראה ספר השיחות שם ע' 215. וש"נ.
- 34. ראה גם לעיל ס"ע 75. וש"נ.
- 35. [מיכה ז, טו].
- 36. זח"א רסא, ב. ועייג"כ מאו"א מע' נו"ן סכ"א. וברשימות הצ"צ על פסוק זה (מיכה ז, טו) סק"ג [אוה"ת נ"ך ח"א ע' תפו] כתב, וז"ל: לע"ל אראנו נפלאות נו"ן פלאות היינו נו"ן שערי בינה ממש, וגם לא נש"ב דאצילות כ"א נש"ב דכתר כמ"ש בלקו"ת שהכתר עליון ממש נק' שער הנו"ן דבינה וגם יהי' הגילוי מלמעלה משער הנו"ן כי שער הנו"ן הוא א"א כו'.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.