318

דער לשון איז געווען: בלא פלוג. צי אַ ניגון אָדער אַ ריקוד. מען האָט מדייק געווען יעדער וואָרט, מען האָט געהיט יעדע תנועה פון ניגון. אויף ריקוד — זיינען ניט אַלע געווען מבינים צו פאַרשטיין וואָס מען האָט געזעהן.

יט. דער מעלה אַליין ווערט נתעלה דורך דער עלי' פון דעם מטה. אצילות ווייסט אַז עס איז דאָ אַ למעלה פון אצילות, אָבער אצילות מצד עצמו פאַרשטייט ניט דעם למעלה פון אצילות. דורך דער עבודה פון למטה ובעלייתו — ווערט אצילות העכער אַז זי איז משיג די גילויי אורות פון למעלה פון אצילות.

כ. מזיגת הכוס של אליהו הנביא הי' השתא (בב' הלילות) אחר ברכת המזון25.

סעודת ליל שביעי של פסח ה'תש"ט

כא. פאַר דעם יאָהר תרנ"ד פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק רעדען ביי אַ פאַרבריינגען קורצע ווערטער. געווען אַזעלכע ווערטער, וועלכע איך האָב לפי ערך שנותי דאַמאָלסט ניט געקענט תופס זיין און מיין מלמד ר' ניסן26 פלעגט מיר שפּעטער מסביר זיין27.

בכלל איז געווען זמנים חלוקים אצל הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: תר"ממ"ב מ"גנד. מ'קען עס זעהן פון די מאמרים פון יענע יאָהרען, אין דעם מאמר אחרי תרמ"ט28 האָט זיך דער טאַטע געקאָכט אין דעם ענין פון תהו ותיקון.

איינע פון די ווערטער איז געווען: ופסח ודלג29. לכאורה איז ניט מובן וואָס איז ופסח און וואָס איז ודלג, עס איז דאָך די זעלבע זאַך, איז וואָס איז דער ודלג מוסיף אויף דעם ופסח, הגם עפ"י נגלה קען מען זאָגען אויף דעם אַ ביאור, אָבער וואָס איז דער "אינעווייניג" פון דעם. נאָר דער ענין איז, ופסח מיינט אַ שפּרונג. אַז מען שפּרינגט דאַרף מען וויסען פון וואַנען מען שפּרינגט און וואוהין מען שפּרינגט. נאָכן שפּרונג זעהט מען ערשט, אויב דער שפּרונג איז געווען אַ ריכטיגער, צי מען האָט געשפּרונגען וואו מען דאַרף, און דאָס איז דער — ודלג.

אַז מען דערמאָנט זיך אויף די אַמאָליגע ווערטער איז מען זיך פשוט מחי'.

כב. חסידים זיינען עשירים, זיי האָבען אוצרות, נאָר מען דאַרף דאָס אויפגראָבען, אויב ניט בלייבט דאָס פאַרגראָבען.

כג. דעם טאַטענ'ס אַ וואָרט:

אַלע השכלות און השגות קומען ניט צו אַ געשמאַק אין דאַוונען.

כד. אַמאָל האָט מען געלעבט מיט דעם וואָרט און באַלעבט דעם וואָרט, פאַרן דאַוונען און אין דאַוונען.

היינט, האָט מען מיט וואָס צו טאָן און מען ווייסט ווי אַזוי צו טאָן, נאָר דער חסרון איז אין טאָן, דער טאָן אַליין פעהלט...

כה. (כ"ק אדמו"ר שליט"א ענה לאחד

הערות

  1. 25. זע שיחת פסח ה'תש"ג אות יד [ספר השיחות תש"ג ע' 58. וראה שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז (לעיל ע' 108). וש"נ.
  2. 26. ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
  3. 27. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 292. לעיל ע' 128.
  4. 28. סה"מ תרמ"ט ע' רלג ואילך.
  5. 29. בא יב, כג ופירש"י שם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.