317

ברבים. ביים טאַטען איז געווען וואָס ער פלעגט זאָגען ברבים און בחשאי. בחשאי גופא צוויי פאַלען. בחשאי וואָס ער האָט געמיינט לפרסם, בחשאי שהזהיר שלא לפרסם.

יד. דער חילוק פון די פופציג יאָהר (תרנ"טתש"ט) איז, וואָס דאַמאָלסט האָט ער — הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — געזעהן און געפיהלט און מיר האָבען בלויז געהערט — און יעצט איז ער ווייס און מיר פיהלען...

עס איז דאָ זיס און ביטער. זיס אַז עס ווערט ביטער איז דאָס אַ סימן אַז עס איז קאליע... דער אויבערשטער זאָל העלפען אַז עס זאָל ווערען אויף אַ אמת זיס.

טו. הרי זה משובח.

זה, ווייזט דאָך אויף אַ זאַך וואָס איז בגלוי. עס קען אָבער זיין אַ פאַל וואָס מען זעהט און מען ווייס ניט וואָס מען זעהט, איז דאָס דער פירוש הרי זה משובח, אַז מען זאָל פאַרשטיין וואָס מען זעהט.

נאָך אַ פירוש: אַז דאָס וואָס מען זעהט זאָל פועל'ן אַ פעולה אין פועל און דאַן איז הרי זה משובח.

טז. מעשה ברבי אליעזר וכו'.

אַז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט צוקומען צו דער פסקא האָט ער זיך זייער פאסמאקעוועט מיט דער דאָזיקער ועידה און פלעגט זאָגען: אַ שיינע כנופיא20.

אַמאָל האָט ער געזאָגט אַז רבי עקיבא האָט געהאַט אַ חוש אין עבודה, האָט ער געמאַכט אַ טאָלק פון ר' טרפון'ס עשירות21.

דאַמאָלסט איז החסיד הגביר ר' שמואל גורארי'22 געזעסען הינטער דער טיר און זיך צוגעהערט צום אמירת ההגדה23, האָט ער שטאַרק הנאה געהאַט פון דעם וואָרט, און איז שפּעטער אַריינגעגאַנגען צום טאַטען אויף יחידות און געפרעגט ווי אַזוי מאַכט מען אַ טאָלק מיט די עשירות.

יז. (בתוך הסעודה ניגנו ניגון הידוע מכ"ק אדמו"ר נ"ע הנק' דער ראָסטאָווער ניגון24 ואמר אחד, אַז דער ניגון איז פּאַחאָזשע (בדומה) ווי מען האָט איהם געזונגען אין ליובאַוויטש. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:)

אַז אַלע ענינים וואָלטען געווען חאָטש "פּאַחאָזשע" ווי אין ליובאַוויטש — וואָלט געווען גוט. איך ווייס ניט פאַרוואָס, צי עס זיינען איצט שטאַרקערע בירורים אָדער שוואַכערע מבררים...

יח. אין יאָהר תרנ"א האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט, אַז דאָס וואָס חסידים האָבען גענומען פון חסידות און וואָס רביים האָבען געגעבען חסידים איז, אַז יעדער ענין זאָל זיין ווי אַ דבר חדש אָן הפרש וואָס פאַר אַ ענין עס זאָל ניט זיין.

הערות

  1. 20. ראה גם שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז. תש"ח (לעיל ע' 105. ע' 205)].
  2. 21. זע ויקרא רבה פל"ד, טז. כלה פ"א. כלה רבתי פ"ב.
  3. 22. ר' שמואל ב"ר שניאור זלמן גורארי'. מה"יושבים" אצל אדמו"ר מהר"ש, ואח"כ נצטווה ממנו להתעסק במסחר. מחסידי אדמו"ר מהורש"ב ואדמו"ר מהוריי"צ. נפטר בחודש אד"ר תרפ"א. ראה אודותו אגרות-קודש חי"ד ע' קעה: "הוא הי' האחד אשר בכל עת מסר נפשו בשביל כ"ק אדמו"ר [מהורש"ב] זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ובשביל רצונותיו הקדושי' אשר הי' נותן ביד רחבה מבלי התחשב כלל, וזכה אשר קבורתו בתוך אהל כ"ק אדמו"ר [מהורש"ב] זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע". וראה גם אגרות-קודש ח"א ע' שכו.
  4. 23. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 270. קיץ ה'ש"ת ע' 63. תש"ב ע' 90.
  5. 24. זע ספר הניגונים ניגון מד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.