316
דער — את פתח לו. די שאלת החכם איז דאָס ניט פון די מעלות החכם, עס איז גאָר פון דעם חסרון החכם, ווייל פרעגען פאַרוואָס, דאַרף מען ניט; אָבער ביי ושאינו יודע לשאול איז אַנדערש.
אמונה איז ניט אויף אַלץ. דאָס וואָס מען קען פאַרשטיין איז ניט שייך קיין אמונה. דאָרט וואו מען האָט שוין דערגרייכט אַלץ וואָס מען קען צוקומען דורך השגה הויבט זיך דאָרט אָן אמונה. איז — אַז ער קומטצו צו דעם וואָס איז העכער פון פאַרשטאַנד, דעמאָלט פאַרשטייט ער, אַז דאָס אַלץ וואָס ער האָט פריער פאַרשטאַנען איז גאָר קיין השגה ניט, אַז ער איז גאָר געווען אַ שאינו יודע לשאול...
ז. אַז ער — דער בעל ההגדה — פאַרענדיגט די מדריגות אחד פון די ארבעה בנים הויבט ער אָן ריידען וועגען דעם מה15 פון יעדערען. חכם "מה" וכו'.
ח. אַ איד וואו ער זאָל ניט זיין — דאַרף ער וויסען אַז ער איז אַנדערש.
דער עיקר איז האָבען געזונטע פיס, שטאַרקע נה"י, דער חב"ד איז נאָר צוליעב מדות און נה"י.
ט. אחר אמירת ההגדה, כשגמרו "לשנה הבאה בירושלים" סיים כ"ק אדמו"ר שליט"א: מיט משיח'ן.
סדר השני, חה"פ, ה'תש"ט
י. דער אַלטער רבי איז פריער געווען אַ של"ה איד16 און האָט משבח געווען פאַר דעם מיטעלען רבי'ן, וואָס ער האָט גענומען פון של"ה בכלל ובפרט אין דעם פירוש פון די ט"ו סימני הסדר.
יא. (אחר הפסקא הא לחמא עניא המשיך לספר מחג הפסח תרנ"ט ואמר:)
יעדער וואָרט פון טאַטען איז געווען מדוייק. מ'האָט געדאַרפט זיין אַ גרויסער מבין צו פאַרשטיין יעדע תנועה. יעדער וואָרט וואָס דער טאַטע האָט געזאָגט איז דאָס געווען, אַן טרערען און אָן קרעכצעניש, נאָר אַדורכגעווייטאָגט דורך און דורך און פלעגט דאָס זאָגען בלחישה.
יב. אין דעם אופן פון זאָגען די הגדה איז ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען בדיוק אפילו אין דעם דגש. דעם ערשטען לשנה הבאה וכו' פלעגט ער זאָגען דעם דגש אויף דעם בית (מתיבת הבאה17); און ביים צווייטען לשנה הבאה איז געווען דער דגש אויף דעם אלף: לשנה הבאה בני חורין18.
יג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט דאַן געזאָגט: דער עיקר אַז עס זאָל זיין דער ירושלים האמיתי, יראה שלם19. עס קען זיין כמה טעות'ן אין דעם, וואָס הגם עס זיינען אידישע טעמים אָבער דער תוך איז ניט אמת, און אַז דער תוך איז ניט אמת קען דאָס פאַרפירען אין רע הגמור.
דאָס האָט דער טאַטע געזאָגט לפרסם
הערות
- 15. החילוק דאח"ד ומ"ה דכל אחד, אולי יש לבאר עפמשנ"ת ענין הוי' השני (שהוא שם מ"ה) ואחד שבשמע ישראל שזהו זו"ן — ראה לקו"ת שה"ש ד"ה לבבתיני פ"ב. אמרי בינה שער הק"ש בתחילתו. שרש מצות התפילה פי"ג ועוד.
- 16. [ראה לעיל ע' 99. וש"נ].
- 17. זע אויך פירש"י לך לך טו, יז.
- 18. [ראה ספר השיחות תרפ"חתרצ"א ס"ע 213 ואילך. וש"נ.
- 19. ראה ב"ר פנ"ו, י. תוד"ה הר — תענית טז, א. לקו"ת פקודי ד, א. ר"ה ס, ב. שה"ש ו, ג. סה"מ תרפ"ט ע' 122. לקו"ש חט"ו ע' 234. ובכ"מ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.